דער באַליבטער ייִדישער אַקטיאָר און קאָמיקער, פֿײַוויש פֿינקעל, איז זונטיק ניפֿטר געוואָרן אין זײַן היים אין מאַנהעטן, אין עלטער פֿון 93 יאָר, נאָכן לײַדן אַ לענגערע צײַט פֿון האַרץ־פּראָבלעמען.
אָנהייבנדיק זײַן קאַריערע אין 1931 ווי אַ נײַן־יאָריק ייִנגל, האָט פֿײַוויש געשפּילט אין ייִדישן וואָדעוויל, די טעאַטערס אויף סעקאָנד עוועניו, די קעטסקיל־בערג און ייִדישע פֿילמען. יונגערהייט האָט ער מיטגעאַרבעט אין באָריס טאָמאַשעווסקיס טרופּע — דער לעצט־פֿאַרבליבענער אַקטיאָר, וועלכער האָט נאָך מיטגעאַרבעט מיטן מענטש וואָס ווערט באַצייכנט ווי דער גרינדער פֿון ייִדישן טעאַטער אין אַמעריקע.
אַ גרויסער ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן טעאַטער, האָט פֿײַוויש יאָרן לאַנג געשפּילט אינעם ייִדיש־ענגלישן רעווי Finkel’s Follies, ווי אויך Fyvush Finkel: From Second Avenue to Broadway און Fyvush Finkle Live, וווּ דער מחבר פֿון די שורות האָט געאַרבעט ווי דער רעזשיסאָר.
בעת מיר האָבן מיטגעאַרבעט צוזאַמען, פֿלעגן מיר זיך טרעפֿן אויף מיטאָג אין אַ דעליקאַטעסען לעבן זײַן דירה, און אַרומרעדן זײַנע אײַנפֿאַלן פֿאַר אַ נײַעם אַקט אָדער נײַע לידער־פּאַראָדיעס. יעדע פּאָר מינוט האָבן מיר אויסגעשאָסן אין אַ געלעכטער, און זייער אָפֿט איז אַ קונה פֿון אַ צווייטן טיש צוגעקומען און איבערגעריסן אונדזער שמועס, בעטנדיק בײַ פֿײַווישן זײַן אויטאָגראַף, אָדער אַז מע זאָל אים פֿאָטאָגראַפֿירן צוזאַמען מיטן באַרימטן קאָמיקער. פֿײַוויש איז קיין מאָל נישט געוואָרן דענערווירט; פֿאַרקערט, ער האָט זיך תּמיד וואַרעם באַצויגן צו זיי.
ער איז געווען אַ געטרײַער שטיצער פֿון דער „פֿאָלקסבינע‟, און האָט יאָרן לאַנג געדינט ווי דער קאָנפֿעראַנסיע אויף אירע גאַלאַ־פֿאָרשטעלונגען. אין 2005 האָט די „פֿאָלקסבינע‟ באַערט פֿײַוויש און זײַן ליבע פֿרוי, טרודי, וועלכע איז געשטאָרבן אין 2008. ער איז אויך געווען אַן אַקטיווער מיטגליד פֿון די „ייִדישע אַרטיסטן און פֿרײַנד אַקטיאָרן-קלוב‟, און איז בײַגעווען כּמעט יעדע וועטשערע פֿון דער אָרגאַניזאַציע, דינענדיק דאָרט אויך ווי דער קאָנפֿעראַנסיע פֿון זייערע פֿאַרווײַלערישע פּראָגראַמען.
פֿײַוויש האָט אויך געמאַכט אַ נאָמען פֿאַר זיך אינעם ענגליש־שפּראַכיקן טעאַטער און קינאָ. פֿײַוויש פֿלעגט זיך וויצלען, אַז ער האָט געהאַט דעם קירצסטן רעזומע אויף דער וועלט, צוליב זײַנע לאַנגע יאָרן שפּילנדיק אין „פֿידלער אויפֿן דאַך‟. אָנגעהויבן האָט ער מיט דער ראָלע פֿון מרדכי דער אַכסניא־אייגנטימער; דערנאָך האָט מען אים געמאַכט פֿאַר לייזער־וואָלף, און צום סוף האָט ער שוין געשפּילט טבֿיה אַליין.
אין די 1980ער האָט ער אויפֿגעטראָטן אין אַ צאָל „אָף־בראָדוויי‟ פּראָדוקציעס, ווי Little Shop of Horrors און Cafe Crown, וווּ ער האָט געשפּילט די ראָלע פֿון אַ פֿאַרביסענעם קעלנער — אַ ראָלע פֿאַר וועלכער ער האָט געוווּנען אַן „אָבי־פּרעמיע‟ (דער פֿאַרמעסט פֿאַר די בעסטע „אָף בראָדוויי‟־פּיעסעס). אין גיכן האָט אים האָליוווּד אַנטדעקט, און ער האָט שוין באַקומען ראָלעס אויף טעלעוויזיע אויך. אין די 1990ער האָט ער געשפּילט אַן אַדוואָקאַט אַ טשודאַק אין דער סעריע Picket Fences, פֿאַר וועלכן ער האָט געוווּנען אַן „עמי־פּרעמיע‟ (דער פֿאַרמעסט פֿאַר די בעסטע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען).
ער האָט אויך געשפּילט, אין גאַנצן אויף ייִדיש, אין דער ערשטער סצענע פֿון A Serious Man, דער שטאַרק געלויבטער פֿילם פֿון די קאָען־ברידער. מיט אים אין דער סצענע, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין אַן אומבאַקאַנט ייִדיש שטעטל פֿון דער „אַלטער היים‟, האָבן געשפּילט צוויי אַנדערע באַקאַנטע אַקטיאָרן פֿון ייִדישן טעאַטער — אַלען ריקמאַן און יעלענע שמולענסאָן.
פֿײַוויש האָט געהאַט אַן אויסערגעוויינטלעכן זכּרון און געדענקט אַלע פּרטים וועגן דער אַמעריקאַנער פֿאַרווײַלונג־אינדוסטריע. נישט געקוקט אויף זײַן עלטער האָט ער קיין מאָל נישט אויפֿגעהערט צו זײַן אַקטיוו, און אַפֿילו הײַיאָר אויפֿגעטראָטן אין קאַבאַרעט־קלובן און קרוז־שיפֿן, אָפֿט מאָל אין איינעם מיט זײַנע זין — איאַן, אַ מוזיקאַלישער אַראַנשירער און קסילאָפֿאָן־שפּילער, און עליאָט, אַ קאָנצערט־פּיאַניסט. זײַן לעצטע ראָלע האָט ער געשפּילט אין אַ פֿילם, וואָס דאַרף אַרויסגעלאָזט ווערן אין עטלעכע חדשים אַרום — Game Day.
בײַ די ליבהאָבער פֿון ייִדישן טעאַטער, וועט פֿײַוויש אָבער צום בעסטן געדענקט ווערן פֿאַרן פּרעכטיקן אופֿן ווי ער זינגט און שפּילט אויס דעם שלאַגער, „איך בין אַ באָרדער בײַ מײַן ווײַב‟.
אַחוץ זײַנע זין איאַן און עליאָט, האָט פֿײַוויש פֿאַראָבֿלט אַ ברודער, נאַט, דרײַ אייניקלעך און איין אור־אייניקל.
די לוויה וועט פֿאָרקומען דעם מיטוואָך, דעם 17טן אויגוסט, 12:00 בײַ טאָג, אין דער „סאַטען־פּלייס סינאַגאָגע‟, 225 איסט 51סטער גאַס, צווישן דער צווייטער און דריטער עוועניו אין מאַנהעטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.