אַזוי ווי אַ סך וויכטיקע פּערזענלעכקייטן אין דער ייִדיש־וועלט, וואָס האָבן נאָך געלעבט אין די לעצטע 6 יאָר, האָט דער אַקטיאָר און קאָמיקער פֿײַוויש פֿינקעל געמאַכט אַן אינטערוויו מיטן „פּראָיעקט פֿון געשיכטע־בעל־פּה אויפֿן נאָמען פֿון וועקסלער‟ בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟. אינעם אינטערוויו — סײַ אויף ייִדיש און סײַ אויף ענגליש — רעדט פֿינקעל וועגן זײַן לאַנגער קאַריערע אויף דער ייִדישער בינע, די גרויסע שטערן און באַרימטע פּערזענלעכקייטן, מיט וועמען ער האָט מיטגעאַרבעט; וועגן זײַנע מיינונגען לגבי דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש בכלל און פֿונעם ייִדישן טעאַטער בפֿרט.
כאָטש מע קען נאָך ניט זען דעם גאַנצן אינטערוויו אויף דער אינטערנעץ (עס דויערט אַ לאַנגע צײַט ביז דער „ביכער־צענטער‟ גרייט צו די פֿילמען), האָט מען לעצטנס ספּעציעל פֿאַרעפֿנטלעכט אויסצוגן פֿונעם אינטערוויו מיט פֿײַוויש פֿינקעל, צוליב דער טרויעריקער ידיעה, אַז ער איז ניפֿטר געוואָרן. די אויסצוגן, מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך, וואָס מע האָט שוין פֿון פֿריִער געהאַט צוגעגרייט, שילדערן אַ פֿילפֿאַרביק בילד פֿון די אַמאָליקע ניו־יאָרקער ייִדישע טעאַטערס. אינעם חנעוודיקן שטיקל פֿילם דערציילט פֿינקעל וועגן דער השפּעה, וואָס זײַן זיידע האָט געהאַט אויף זײַן צוגאַנג צו קאָמעדיע.
אין אַן אַנדער אויסצוג דערקלערט פֿײַוויש, ווי אַזוי ער איז מצליח אויפֿצוטרעטן אויף דער ייִדישער בינע, ניט געקוקט אויף די פּראָבלעמען, וואָס עס האָט אים געשאַפֿן דער פֿאַראיין פֿון ייִדישע אַקטיאָרן („היברו־עקטאָרס־יוניאָן‟).
אין נאָך אַ שטיקל דערקלערט פֿינקעל וועגן די פֿיר טעאַטערס, וואָס האָבן עקזיסטירט אין „בראַונזוויל‟, ברוקלין, ווען ער איז געווען אַ קינד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.