דאָס זאָגן „פּוילישע טויט־לאַגערן‟ וועט אפֿשר ווערן אומלעגאַל

Poland Proposes to Jail Users of Term "Polish Death Camps"


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 18, 2016, issue of August 29, 2016.

די פּוילישע רעגירונג האָט פֿאָרגעשלאָגן אַ געזעץ־פּראָיעקט, וואָס וואָלט געמאַכט אומלעגאַל צו באַנוצן זיך מיטן טערמין „פּוילישע טויט־לאַגערן‟. לויט דעם פּלאַן וואָלטן די, וואָס באַנוצט זיך מיט דער פֿראַזע, געקענט באַשטראָפֿט אוֹ אײַנגעזעצט ווערן אין תּפֿיסה.

דער געזעץ־פּראָיעקט, וואָס די רעגירונג האָט לעצטנס צוגעשטעלט, וואָלט פֿאַרווערט דאָס באַשולדיקן פּוילן אין דעם, וואָס דײַטשלאַנד האָט געטאָן בעת דער נאַצישער אָקופּאַציע. דאָס נײַע געזעץ וואָלט ניט געווען חל אויף די היסטאָריקער און קינסטלער, וואָס רירן אָן אַזעלכע טעמעס אין זייער אַרבעט. דאָס געזעץ וואָלט אויך קרימינאַליזירט דאָס באַשולדיקן פּוילן אין אינטערנאַציאָנאַלע מלחמה־פֿאַרברעכנס אָדער פֿאַרברעכנס קעגן דער מענטשהייט. די שטראָף וואָלט געווען אַ גרויסער קנס אָדער ביז דרײַ יאָר טורמע.

„אַלע דיפּלאָמאַטישע אַקציעס זיך קעגנשטעלן די פֿעלשונגען פֿון אונדזער געשיכטע און צו באַשיצן דעם גוטן נאָמען פֿון פּוילן און פּוילישן פֿאָלק, זענען ביז אַהער געווען נישט עפֿעקטיוו‟, האָט די רעגירונג דערקלערט. „עס זענען נאָך אַלץ דאָ קאָמענטאַרן, בפֿרט אין דער אויסלענדישער מעדיאַ, וואָס ברענגען צום געדאַנק, אַז פּוילן און פּאָליאַקן האָבן אָנטייל גענומען אין די פֿאַרברעכנס בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה‟.

אַנטי־רוסישע געפֿילן דערפֿירן הײַנט צו אַ ווידערוווּקס פֿון נאַציאָנאַליזם אין פּוילן. באַנאַנד מיטן וואַקסנדיקן נאַציאָנאַליזם פֿירן געוויסע היסטאָריקער, פּאָליטיקער און אַקטיוויסטן דורך אַ קאַמפּאַניע ריינצוּוואַשן דאָס היסטאָרישע פּנים, וואָס שייך די אַקציעס פֿון פּאָליאַקן בעתן חורבן. אַ מאָל ווערט די דאָזיקע קאַמפּאַניע אַ פֿאָרעם פֿון היסטאָרישן רעוויזיאָניזם. אין מאַרץ, למשל, האָט דער מלוכישער מוזיי פֿון אוישוויץ געשאַפֿן אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַם, וואָס לאָזט די זשורנאַליסטן וויסן צי זיי האָבן זיך באַנוצט מיטן טערמין „פּוילישע טויט־לאַגערן‟ און אים „פֿאַרראָכטן‟ אויף „נאַצישע טויט־לאַגערן אין פּוילן‟.

די באַאַמטע פֿון דער „געזעץ־ און יושר־פּאַרטיי‟, וואָס איז געקומען צו דער מאַכט פֿאַראַיאָרן, האָבן באַערט די פּאָליאַקן, וועלכע האָבן געראַטעוועט זייערע ייִדישע שכנים בעתן חורבן. אין דער זעלביקער צײַט האָבן די רעכטע אַקטיוויסטן אויך באַשמוצט ווי „פֿאַררערטער‟ די היסטאָריקער, וועלכע פֿאָרשן אויס די פּאָליאַקן, וואָס האָבן קאָלאַבאָרירט מיט די דײַטשן.

יאַן גראָס, אַ פּויליש־אַמעריקאַנער היסטאָריקער, וואָס האָט געשריבן וועגן דער פּוילישער שחיטה איבער ייִדן אינעם שטעטל יעדוואַבנע, ווערט איצט אויסגעפֿאָרשט דורך אַ יורידישן פּראָצעס צו באַשטימען, צי ער האָט „באַליידיקט די פּוילישע נאַציע‟. גראָס האָט געשריבן, אַז די פּאָליאַקן האָבן דערהרגעט מער ייִדן בעת דער מלחמה, ווי די דײַטשן.