ס׳איז אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז דווקא אין באָראָ־פּאַרק, אין דער געגנט, וווּ עס וווינען מער ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה און זייערע קינדער, ווי אין אַלע אַנדערע ערטער, מחוץ ישׂראל, לערנען נישט ס׳רובֿ ישיבֿות קיין סך וועגן חורבן.
לויט די גרינדער פֿון „עמוד אש‟, אַ חורבן־מוזיי, וועלכער וועט זיך עפֿענען אין דער געגנט אין 2017, איז איינע פֿון די סיבות דערפֿאַר געוואָרן דער פֿאַקט, וואָס כּמעט אַלע חורבן־מוזייען און לערן־פּלענער וועגן דעם גענאָציד פֿאָקוסירן זיך מערסטן אויף די אַקציעס פֿון די נאַציס, און ניט אויף די איבערלעבונגען פֿון די פֿרומע ייִדן. „ס׳איז שווער זיך צו אידענטיפֿיצירן מיט אַ נאַראַטיוו ווען מע זעט, אַז די געשיכטע פֿון דער אייגענער משפּחה ווערט אין אים ניט אָפּגעשפּיגלט‟, האָט דערקלער הרבֿ שלום פֿרידמאַן, דער דירעקטאָר פֿון „עמוד אש‟ בעת אַן אינטערוויו מיט דער אַמעריקאַנער ראַדיאָ־נעץ PRI, וואָס האָט לעצטנס טראַנסמיטירט אַ פֿינף־מינוטיקן באַריכט וועגן דעם מוזיי.
דער מוזיי וועט יאָ ווײַזן חפֿצים, פֿאַרבונדן מיט די נאַציס, אָבער די אָביעקטן וועגן אַמונה בעתן חורבן, וועלן פֿאַרנעמען דעם אויבן־אָן. הרבֿ דוד רײַדל, דער דירעקטאָר פֿון אויספֿאָרשונגען בײַ „עמוד אש‟, האָט ווי אַ בײַשפּיל פֿון אַזאַ סאָרט אָביעקטן, געוויזן אַ שטיקל שטאָף, אויף וועלכן ד׳׳ר הלל זײַדמאַן, וואָס האָט איבערגעלעבט די וואַרשעווער געטאָ, האָט געשריבן אַ בריוו צו זײַנע קרובֿים אין באָראָ־פּאַרק אין 1944. ווי אַ טייל פֿונעם ראַדיאָ־באַריכט האָט הרבֿ דוד רײַדל פֿאָרגעלייענט אינעם אָריגינעלן ייִדיש אַ טייל פֿון ד׳׳ר הלל זײַדמאַנס טאָגבוך, אין וועלכן עס ווערט באַשריבן, ווי אַן אַלטער ייִד אין דער וואַרשעווער געטאָ פּרובירט צו דערמוטיקן אַנדערע ייִדן דורכן דערקלערן זיי, אַז די דײַטשישע רדיפֿות זענען אַ סימן פֿון משיחס גיכן קומען.
דער מוזיי, וואָס געפֿינט זיך איצט אין אַ צײַטווײַליקער היים אין דער געגנט „מיל־בייסין‟, ברוקלין, דינט זײַנע באַזוכער ניט בלויז מיט אַ נײַעם צוגאַנג צו פֿרומקייט, נאָר אויך לינגוויסטיש: ס׳איז דער איינציקער חורבן־מוזיי אין אַמעריקע, וואָס אָרגאַניזירט רעגולערע טורן אויף ייִדיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.