אין דער וואָך פֿון תּישעה־באָבֿ, פֿילט זיך דער טרויער אויף דער מאָסקווער ייִדישער גאַס באַזונדערס שאַרף. דעם 12טן אויגוסט האָט מען דאָ אָפּגעמערקט “די נאַכט פֿון דערשאָסענע פּאָעטן”. ווי באַוווּסט, זענען דעם 12טן אויגוסט 1952 דערשאָסן געוואָרן די מיטגלידער פֿונעם ייׅדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, נאָך דרײַ יאָר זײַן פֿאַרשפּאַרט אין תּפֿיסה. צווישן זיי זענען געווען די באַרימטע ייִדישע שרײַבער — דוד האָפֿשטיין, פּרץ מאַרקיש, דוד בערגעלסאָן, איציק פֿעפֿער און לייב קוויטקאָ; דער באַרימטער אַקטיאָר פֿונעם ייִדישן מלוכישן טעאַטער בנימין זוסקין. יעדעס יאָר דעם 12טן אויגוסט אָרגאַניזירט מען אַ טרויער־אָוונט. הײַאָר איז ער פֿאָרגעקומען אינעם רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס.
דער טאָג איז אָבער געוואָרן אַ טאָג פֿון פֿרייד פֿאַר דער רעליגיעזער ייִדישער קהילה אין ביראָבידזשאַן. דאָרטן האָט מען געמאַכט אַ ברית־מילה אַ נײַ־געבוירענעם ייִדישן אײַנוווינער. אין אַן אַנדער רוסלענדישער שטאָט וואָלט אַזאַ געשעעניש ניט אַרויסגערופֿן קיין גוואַלדיקן רעזאָנאַנס; אָבער אין ביראָבידזשאַן קומט אַזוינס פֿאָר צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון דער מאָדערנער קהילה, זינט איר גרינדונג אין די 1990ער יאָרן. דעם ייִנגל האָט מען געגעבן דעם נאָמען דוד.
צוליב דעם ברית האָט מען געבראַכט אַ מוהל אַזש פֿון מאָסקווע, פֿון דער גרויסער כאָר־שיל. דאָס לעצטע מאָל איז ער געווען אין ביראָבידזשאַן אין 2005, צו מלע זײַן פֿינף דערוואַקסענע מענער.
די אַדמיניסטראַציע פֿון דער שיל האָט שוין לאַנג געוואָלט רענאָווירן דעם בנין, און סוף־כּל־סוף באַקומען די נייטיקע סומע פֿון אַ ייִדישן מעצענאַט. מען האָט שוין געהאַט אויפֿגעשטעלט ספּעציעלע הילצערנע קאָנסטרוקציעס אַרום דער שיל, צוגעגרייט דעם אויספֿירלעכן פּראָיעקט און באַשטימט דעם פּרײַז — האָט זיך פּלוצעם אַרויסגעוויזן, אַז דער פּראָיעקט איז גאָר אַנדערש פֿון דעם, ווי עס האָבן זיך פֿאָרגעשטעלט די רבנים, די קהילה־אָנפֿירער און דער עולם.
דער בנין פֿון דער שיל איז העל־געל מיט ווײַסע קאָלאָנעס. אַזעלכע פֿאַרבן האָט מען אויסגעקליבן אין אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. זינד דעמאָלט קען די וועלט דווקא אָט דעם אויסזען פֿון דער שיל. דער מחבר פֿונעם רענאָוויר־פּראָיעקט האָט אָבער אויסגעפֿונעם דעם פּלאַן און די בילדער פֿון דער שיל, ווען זי איז ערשט אויפֿגעבויט געוואָרן, אין 1891. דאָס איז געווען אין די טעג פֿונעם קיסר אַלכּסנדר דער דריטער, ווען די אינערלעכע פּאָליטיק איז געווען גאָר אַנטיסעמיטיש. די טשינאָווניקעס פֿון יענער צײַט האָבן דערלויבט דעם ייִדישן גבֿיר לאַזאַר פּאָליאַקאָוו, וואָס האָט געבויט אין מאָסקווע צוויי שילן, אָפּצופֿאַרבן די גרויסע שיל נאָר אין אַ טונקל־בלוי־גרוילעכער פֿאַרב, מער פּאַסיק פֿאַר אַ קאַזאַרמע. פֿאַר וואָס אַזוי? די שיל זאָל, חלילה, ניט אויסזען אַזוי שיין און פּראַכטפֿול ווי די פּראַוואָסלאַוונע קלויסטערס. אַזאַ פֿאַרב האָבן געהאַט אי די ווענט פֿונעם פֿאַסאַד, אי די קאָלאָנעס.
איצט, ווען דער מחבר פֿון דעם רענאָוויר־פּראָיעקט האָט אויסגעפֿונען דעם אָריגינעלן פּלאַן און האָט באַשטעלט אַלע בוי־שטאָפֿן, כּולל די טונקל־בלוי־גרוילעכע פֿאַרב, האָבן די רבנים און די קהילה־אָנפֿירער זיך דערוווּסט וועגן דעם און געפּרוּווט צו בײַטן דעם פּראָיעקט. זיי טענהן — און די טענה איז באַרעכטיקט, אַז דער פּראָיעקט פֿון אַלכּסנדר דעם דריטנס צײַטן וועט מאַכן די שיל אויסזען מיאוס און אָפּשטויסן דעם נײַעם עולם. דער מעצענאַט אָבער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו פֿינאַנצירן דאָס קויפֿן נײַע פֿאַרבן. ווי אַזוי ס’וועט אויסזען די שיל, וועלן מיר אין גיכן זען. די רענאָווירונג דאַרף פֿאַרענדיקט ווערן אין סעפּטעמבער.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט, אויך פֿאַרבונדענע מיט אַ שיל, נאָר שוין אין דער סיבירער שטאָט טאָמסק. דאָרטן האָט זיך דאָס בויען פֿון אַ קהילה־צענטער בײַ דער שיל אָפּגעשטעלט אויף אַ געוויסער צײַט, צוליב אַרכעאָלאָגישע פֿאָרשונגען. אין 2013 האָט די יידישע קהילה געקויפֿט אַ שטח לעבן דער שיל, כּדי אויפֿצובויען דאָרטן אַ צוויי־שטאָקיקן קהילה־צענטער מיט אַ מוזיי און אַ יוגנט־קלוב. אָבער ס’האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די טעריטאָריע איז ניט אויסגעפֿאָרשט געוואָרן פֿון די אַרכעאָלאָגן. אין פֿעברואַר 2016 האָבן די אַרכעאָלאָגן אָנגעהויבן די אַרבעט און געפֿונען אויף דעם אָרט אַרטעפֿאַקטן, עלטער פֿון 100 יאָר. מען וועט ממשיך זײַן דאָס בויען ערשט דעמאָלט, ווען די אַרכעאָלאָגישע אויסגראָבונגען וועלן זיך פֿאַרענדיקן. די בויונג אַליין וועט אָנגיין אַן ערך אַ יאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.