ס׳איז טאַקע אַ חידוש, אָבער די שאַפֿער פֿון אַ מאַרקע פֿון עלעגאַנטע ביקיניס מיטן נאָמען Beach Gal זענען צוויי חסידישע מענער.
בערי גליק, 30 יאָר, און שאול סאַמעט, 34 טראַכטן אויס זייערע טײַערע ביקיניס מיט אַ צוגאָבן, וואָס מע קען אַראָפּנעמען אַזוי ווי קרעלן, מושלען און פֿרענדזלעך אין אַ ביוראָ אין באָראָ־פּאַרק.
„ס׳איז פֿאַר מיר ניט קיין ׳קולטור־שאָק׳‟, האָט גליק דערציילט דעם אינטערנעץ־זשורנאַל „רעקד‟. „איך זע עס בלויז ווי אַ געשעפֿטלעכע געלעגנהייט און ווי אַן אופֿן אויסצודריקן מײַן שאַפֿערישקייט‟.
דער פֿרומער פֿאָטער פֿון פֿינף קינדער האָט אָנגעהויבן זײַן קאַריערע אין דער מאָדע־אינדוסטריע ווי אַן אַרבעטער אין אַ געשעפֿט, וואָס פֿאַרקויפֿט בעקישעס. ס׳איז אים אײַנגעפֿאַלן צו מאַכן אַ מאַרקע פֿון שווים־קליידער, וועלכע מע קען אינדיווידואַליזירן מיט פֿאַרשידענע צוגאָבן נאָך דעם, ווי ער האָט געזען אַ רעקלאַמע פֿאַר דער צירונג־פֿירמע „פּאַנדאָראַ־דזשולערי‟, וואָס מאַכט בראַסלעטן מיט ענלעכע עלעמענטן.
גליק האָט לכתּחילה פּרובירט צו געפֿינען בעלנים אין זײַן שיל צו אינוועסטירן אין דעם פּראָיעקט, אָבער קיינער איז ניט געווען פֿאַראינטערעסירט.
„בײַם אָנהייב איז עס געווען זייער שווער‟, האָט ער דערקלערט. „איך פֿלעג צוקומען צו מענטשן און זאָגן: ׳איך וויל רעדן מיט אײַך וועגן אַ געדאַנק פֿאַר אַ ביזנעס’, און יעדער איינער האָט געזאָגט: ׳נו, וואָס איז?׳; און ווען איך האָב געזאָגט ׳ביקיניס׳, האָבן זיי געזאָגט, ׳וואָס?׳‟
דערנאָך איז גליק געוואָרן דער שותּף פֿון שאול סאַמעט, וואָס וווינט אויף דער זעלביקער גאַס אין באָראָ־פּאַרק, און ס׳איז די צוויי היימישע דיזײַנערס געלונגען מיטצואַרבעטן מיט דער באַקאַנטער דיזײַנערין צינטיאַ ריקאַרדי.
די ביקיניס האָבן זיך פֿאַרקויפֿט ווי הייסע לאַטקעס. לויט „רעקד‟ זענען שוין אויספֿאַרקויפֿט כּמעט אַלע 2,500 ביקיניס פֿון זייער ערשטער קאָלעקציע. די ביקיניס קאָסטן אַן ערך $150.
גליק און סאַמעט האַלטן ניט, אַז זיי דאַרפֿן באַהאַלטן זייער געשעפֿט פֿון דער חסידישער קהילה. „איך מיין ניט, אַז ס׳איז אַ שלעכטע זאַך‟, האָט גליק געזאָגט. „ס׳איז אַ מין קליידונג. דער פֿאַקט, וואָס קיינער אין אונדזער ציבור טראָגט זי ניט, הייסט ניט, אַז מע קען גאָרניט צוגעבן צו דעם וואָס זאָל זײַן הנאהדיק אָדער ׳פֿאָנקי׳‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.