אָנהייבנדיק פֿון סעפּטעמבער 2016 וועט דער העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים אײַנפֿירן אַ דיפּלאָם פֿון ווײַנערײַ, האָט לעצטנס איבערגעגעבן די ישׂראלדיקע צײַטונג „ישׂראל היום‟.
די פּראָגראַם — די ערשטע אַזאַ אין מדינת־ישׂראל — וועט אַרײַננעמען קלאַסן אין דער וויסנשאַפֿט פֿון מאַכן ווײַן, און דעם געשעפֿט־אַספּעקטן אין שײַכות מיט ווײַנערײַ. אַ טייל קלאַסן וועלן געפֿירט ווערן אין אייראָפּע.
במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 18 יאָר איז די צאָל ווײַנערײַען אין ישׂראל שטאַרק געשטיגן: פֿון זיבן ביז כּמעט 300. די הויכע קוואַליטעט פֿון די פּראָדוקטן האָבן שוין צוגעצויגן דעם אינטערעס פֿון ווײַנקענער איבער דער וועלט.
„ווײַל מאַכט מען שוין טויזנטער יאָרן אין הייליקן לאַנד, אָבער זינט די 1980ער יאָרן האָבן די ישׂראלדיקע ווײַן־פּראָדוצירער געבאָרגט טעכניקן פֿון פֿראַנקרײַך און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און דערפֿאַר ווערן די ווײַנען אין דעם ראַיאָן אַלץ בעסער און בעסער, און אַ טייל פֿון זיי זענען אויסערגעוויינטלעך,‟ האָט געשריבן דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער ווײַן־עקספּערט ראָבערט פּאַרקער.
אין 2010 האָט די „כּרמל‟־ווײַנערײַ געוווּנען די אַלוועלטלעכע „דעקאַנטער‟ ווײַן־פּרעמיע פֿאַר אַ מין טײַערן רויטן ווײַן, וואָס די פֿירמע פּראָדוצירט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.