ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

אילן שטולמאַן
אילן שטולמאַן

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published August 24, 2016, issue of August 29, 2016.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

ישׂראל־פֿילהאַרמאָניע שפּילט אויף בענעפֿיט לטובֿת מושבֿ־זקנים

מאָנטיק, דעם 22סטן אויגוסט האָט די ישׂראל־פֿילהאַרמאָניע, מיט איר דיריגענט זובין מעטאַ, אויפֿגעטראָטן אין טעאַטער „קאָלאָן‟. די הכנסות פֿונעם קאָנצערט זײַנען באַשטימט געװאָרן פֿאַר דעם ייִדישן מושבֿ־זקנים „לדור ודור‟ װאָס פֿײַערט הײַיאָר איר 80־יאָריקע עקזיסטענץ.


סימפּאָזיום וועגן דעם שרײַבער כאָרכע לויִס באָרגעס און ייִדישקייט

צוליב דעם וואָס דער װעלט־באַרימטער אַרגענטינער שרײַבער כאָרכע לויִס באָרגעס איז געבוירן געװאָרן דעם 24סטן אויגוסט 1899, האָט מען אין אַרגענטינע באַשטימט דעם טאָג װי „דער טאָג פֿונעם לייענער‟, ווען אינסטיטוציעס און שולן זאָלן מוטיקן מענטשן צו לייענען ליטעראַטור.

דער ספֿרדישער צענטער האָט אָרגאַניזירט אַ סימפּאָזיום װעגן „באָרגעס און ייִדישקייט‟. װי עס איז באַקאַנט האָט ער זיך געהאַלטן פֿאַר אַן אָפּשטאַמיקן פֿון אַנוסים. דורך אַ װידעאָ־קאָנפֿערענץ האָבן זיך באַטייליקט פֿון ישׂראל — גוסטאַװאָ פּערעדניק און רות פֿײַן, און פֿון בוענאָס־אײַרעס — די ספּעציאַליסטן אין באָרגעס׳ שאַפֿונגען: מאַריאַ־גבריאלה מזרחי און ריקאַרדאָ אַלװאַרעז (דער דירעקטאָר פֿון ספֿרדישן צענטער), מאַריאָ כּהן און די פֿאָרשערס מאַרטין האַדיס און ריקאַרדאָ האַלאַק.


אילן שטולמאַן איז דער נײַער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר פֿון אַרגענטינע

דער נײַער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר פֿאַר דער אַרגענטינער רעגירונג, אילן שטולמאַן, האָט לעצטנס איבערגענומען דעם אַמט. אַ געבוירענער אין בראַזיל האָט ער עולה געװען מיט זײַן משפּחה אין 1975. אַ פּראָפֿעסיאָנאַלער באַאַמטער אין ישׂראלדיקן אויסערן־מיניסטעריום, האָט ער שוין פֿאַרנומען װיכטיקע פּאָזיציעס אין װאַשינגטאָן און אַנדערע שטעט.

שטולמאַן קומט קיין אַרגענטינע װען די באַציִונגען פֿון ביידע מדינות שטייען אויף אַן אויסגעצייכנטן ניװאָ, נאָך דער טרעפֿונג פֿון פּרעזידענט מאַוריציאָ מאַקרי מיטן פּרעמיער מיניסטער בנימין נתּניהו אינעם עקאָנאָמישן פֿאָרום אין דאַװאָס, און נאָכן אָפּװאַרפֿן דעם אָפּמאַך װאָס די פֿריִערדיקע אַרגענטינער רעגירונג האָט אונטערגעשריבן מיט איראַן. דער נײַער אַמבאַסאַדאָר האָט באַזוכט דעם בנין פֿון דער קהילה און זיך געטראָפֿן מיט דער ייִדישער פֿאָרשטייערשאַפֿט. אויף דער טרעפֿונג האָר ער דערקלערט אַז איראַן און „כעזבאָלאַ‟ אַרבעטן צוזאַמען מיטן נאַרקאָטראַפֿיק אין דרום־אַמעריקע.


דירעקטאָר פֿון „בני־ברית‟ אין ווענעזועלע באַזוכט אַרגענטינע

דער דירעקטאָר פֿון דער בני־ברית אין װענעזועלע האָט באַזוכט אַרגענטינע. ער האָט אויך דערקלערט אַז איראַן, „כעזבאָלאַ‟ און אַנדערע טעראָריסטישע איסלאַמישע גרופּעס זײַנען אַרײַנגעקומען אין לאַטײַן־אַמעריקע דורך דער טיר װאָס װענעזועלע האָט זיי געעפֿנט אָבער אַז הײַנט צו טאָג אַרבעטן זיי אין גאַנץ לאַטײַן־אַמעריקע.


ווײַזונג פֿון פֿילם „גאָלדפֿאַדענס ירושה‟, מיט אַרײַנפֿיר פֿון פּראָפֿ׳ אסתּר שוואַרץ

דער אַרגענטינער ייִװאָ האָט אין איר ציקל „ייִדישע קאָלעקציע־פֿילמען‟, װאָס װײַזן װיכטיקע מאָמענטן װאָס האָבן אַ שײַכות צו ייִדיש־שאַפֿונג, געװידמעט, אין דער װאָך פֿון 22סטן אויגוסט, דער טעמע — ייִדישער טעאַטער. די פּראָפֿ׳ אסתּר שװאַרץ האָט אַרײַנגעפֿירט צו אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס בײַטראָג פֿאַר דער אַנטװיקלונג פֿון ייִדישן טעאַטער און אונטער דער לאָזונג פֿון „יאַס־ניו־יאָרק־בוענאָס־אײַרעס‟ איז פּרעזענטירט געװאָרן דער פֿילם פֿון רומענישן רעזשיסאָר ראַדו גאַברעאַ, „גאָלדפֿאַדענס ירושה‟.


„דאַיאַ‟ וועט באַערן אַרגענטינער רעפּובליק מיט אַ קאָנצערט פֿון בעטהאָווענס 9טער סימפֿאָניע

די „דאַיאַ‟ האָט געמאָלדן, אַז דער ייִשובֿ אָרגאַניזירט מאָנטיק, דעם 26סטן סעפּטעמבער, װי אַ באַערונג דער אַרגענטינער רעפּובליק צו די פֿײַערונגען פֿון די 200 יאָר פֿון דער דערקלערונג פֿון דער אומאָפּהענגיקייט, אַ קאָנצערט אין דעם „טעאַטער קאָלאָן‟ פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס. דער טעאַטער װערט פֿאַררעכנט װי איינע פֿון די גרעסטע און שענסטע אָפּערע־ און קאָנצערט־זאַלן פֿון דער װעלט. בײַ דער געלעגנהייט האָט דער פֿילהאַרמאָנישער אָרקעסטער פֿון דער שטאָט אינטערפּרעטירט בעטהאָװענס 9טע סינפֿאָניע.


קהילה וועט צוגעבן נאָך 2,000 פּאָרציעס עסן פֿאַר אָרעמע משפּחות

די בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט געמאָלדן אַז צו די 1,500 אַרגענטינער משפּחות װאָס באַקומען יעדע װאָך עסן אין אָרעמע געגנטן פֿון דער שטאָט און אין גרויס־בוענאָס־אײַרעס, װעט לכּבֿוד די ייִדישע יום־טובֿים צוגעבן נאָך 2,000 פּאָרציעס פֿאַר אַ רשימה װאָס דער מיניסטעריום פֿאַר סאָציאַלער הילף װעט צושטעלן. דער קאַמפּיין װעט אויך אָרגאַניזירט װערן אין טעמפּלען, און צדקה װעט טראָגן דעם כאַראַקטער פֿון הילף פֿאַרן מיליאָן אַרגענטינער װאָס לײַדן ממש פֿון הונגער איבער דעם מוראדיקן עקאָנאָמישן קריזיס װאָס הערשט אין לאַנד.


אַרגענטינער ייִוואָ פּלאַנירט קורס אויף שפּאַניש וועגן אַשכּנזישן בײַטראָג צו דער ייִדישער קולטור

דער אַרגענטינער ייִװאָ האָט געמאָלדן װעלכע װעלן זײַן די פֿאָרגעלייגטע אונטערנעמונגען פֿאַר דער צװייטער העלפֿט פֿון יאָר. צו די געװיינטלעכע קורסן פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, די ייִדישטישן און ייִדישע פֿילמען גייען־אַרײַן אין דער פּראָגראַם קורסן אויף שפּאַניש װעגן אַשכּנזישן בײַטראָג צו דער ייִדישער קולטור און קאָנצערטן פֿון אַרגענטינער קינסטלערס און פֿון אויסלענדישע קינסטלערס װי אַלעכאַנדראַ טשאַרני, װאָס װוינט אין מיאַמי און װעט פּרעזענטירן אַ פּראָגראַם פֿון נײַער מוזיק, װאָס זי האָט געשאַפֿן, פֿאַר איציק מאַנגערס לידער.


ייִשובֿ באַשליסט מער נישט צו אַנולירן אַקטיוויטעטן צוליב זאָרג פֿאַר טעראָריזם

נאָך די אַטענטאַטן װאָס זײַנען פֿאָרגעקומען אויף דער װעלט זײַנען אָפּגערופֿן געװאָרן אַקטן אין ניסע, ליל, מאַרסיי און פּאַריז. אויך אין בוענאָס־אײַרעס האָבן דער קק״ל און די „דאַיאַ‟ אָפּגערופֿן אונטערנעמונגען איבער זיכערקייט־מאָטיװן. דאָך איז באַשטימט געװאָרן אַז דער ייִשובֿ װעט אויף להבא מער קיין אַקטן נישט אָפּרופֿן, נאָר די געפּלאַנטע אַקטיװיטעטן װעלן מוזן זײַן באַגלייט מיט שטרענגע זיכערקייט־קאָנטראָלן און אַז דער טעראָריזם װעט נישט זיגן אין זײַן אַרבעט צו צעשטערן די נאָרמאַלע אַנטװיקלונג פֿון די געזעלשאַפֿטלעכע טעטיקייטן.