ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow


פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published August 25, 2016, issue of August 29, 2016.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

זומער־לאַגער אין גרוזיע געווידמעט ייִדישע לימודים

די ערשטע ידיעה אויף הײַנט קומט פֿון גרוזיע: דאָרטן גרייטן צו מאָסקווער לערערס, ייִדישע טוערס און געלערנטע, בשותּפֿות מיט זייערע ישׂראלדיקע קאָלעגעס, אַ זומער־לאַגער, געווידמעט די ייִדישע לימודים.

דער לאַגער הייסט „סמבתּיון‟ און ווערט דורכגעפֿירט שוין צום 11טן מאָל. אַזעלכע לאַגערן זענען שוין פֿאָרגעקומען אין פֿאַרשיידענע רעגיאָנען פֿון רוסלאַנד, אוקראַיִנע און באַלטישע לענדער. „סמבתּיון‟ האָט אַן אַקאַדעמישע פּראָגראַם: די באַטייליקטע — ייִדישע שול־תּלמידים און סטודענטן פֿון ערשטע קורסן — לערנען זיך אַ סך און קענען אַליין דורכפֿירן אַ קליינע פֿאָרשונג; למשל, אויספֿרעגן היגע אַלטערע ייִדן און זייערע עטנישע שכנים, אָדער לייענען און איבערזעצן ייִדישע מצבֿות אויף אַ היגן בית־עולם. הײַיאָר הייבט זיך די פּראָגראַם אָן אין קאָבולעטי, גרוזיע. פֿון דאָרטן וועלן זיך די באַטייליקטע צעפֿאָרן כּדי צו באַזוכן גרוזינישע שטעט, שטעטלעך און דערפֿער, וווּ עס זענען געווען אָדער זענען געבליבן ביז איצט ייִדישע קהילות. די רעזולטאַטן פֿון דער טעטיקייט פֿון „סמבתּיון‟ וועלן פֿאָרגעשטעלט ווערן אויף אַ פֿעסטיוואַל אין באַטומי דעם 28סטן אויגוסט און דערנאָכדעם אין מאָסקווע און אין ירושלים.


שלום־עליכם־אויסשטעלונג וועט אַרײַננעמען זײַנע בריוו צו טאָלסטוי און טשעכאָוו

אין דעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי איז מען ממשיך די אויסשטעלונג פֿון רוסלענדישן אַוואַנגאַרד און זײַן השפּעה אויף דער רוסלענדישער און אייראָפּעיִשער מאָדע. (צווישן די אַוואַנגאַרדיסטן זענען מערערע קינסטלער געווען ייִדן). אין ראַמען פֿון דער אויסשטעלונג ווערן אָרגאַניזירט רעפֿעראַטן וועגן פֿאַרשיידענע ריכטונגען אין דער מאָדע.

דער מוזיי גרייט אויך אַ גרויסע פּראָגראַם אויף האַרבסט. די גרעסטע אויסשטעלונג וועט זײַן געווידמעט שלום־עליכמען, 100 יאָר פֿון זײַן טויט. זי וועט דערציילן וועגן דער שרײַבערישער ביאָגראַפֿיע שלום־עליכמס, וועגן זײַנע ווערק און דעם לעבן פֿון זײַנע ביכער און פּערסאָנאַזשן אין ליטעראַטור, טעאַטער און קינאָ. עס וועלן אויסגעשטעלט ווערן עקספּאָנאַטן פֿון מאָסקווער מוזייען און אַרכיוון — אויסגאַבעס פֿון שלום־עליכמס ביכער אויף ייִדיש און אין איבערזעצונגען אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן, אילוסטראַציעס צו זײַנע ווערק, דעקאָראַציעס, אַפֿישן און פֿאָטאָבילדער פֿון ספּעקטאַקלען, באַזירט אויף זײַנע ביכער, שלום־עליכמס כּתבֿ־ידן, בתוכם זײַנע בריוו צו די גרויסע רוסישע שרײַבער — טאָלסטוי און טשעכאָוו.


פּנחס פּאָלאַנסקי וועט האַלטן רעפֿעראַט וועגן ספֿר במדבר

דער מוזיי האָט אויך צוגעגרייט אַ באַגעגעניש מיטן באַקאַנטן טוער פֿון ייִדישער רעליגיעזער בילדונג, דער רעדאַקטאָר פֿון אויסגאַבעס פֿון כּתבֿי־קודש אויף רוסיש — פּנחס פּאָלאָנסקי. דאָס מאָל וועט ער האַלטן אַ רעפֿעראַט פֿון ספֿר במדבר, וואָס ניט לאַנג צוריק האָט מען געענדיקט לייענען אין די שילן. די רייד וועט גיין וועגן די באַציִונגען פֿון ישׂראל מיט אַנדערע פֿעלקער, מלחמות, שלום, ברכות און קללות — ווי עס ווערט דערציילט פֿון זיי אינעם ספֿר — און וועגן דער קאָנצעפּציע פֿון דער געשיכטע אין דער תּורה.


אויסשטעלונג לכּבֿוד 120סטן געבוירן־טאָג פֿון ייִדישער אַקטריסע פֿאַינאַ ראַנעווסקאַיאַ

צו די אַנדערע נײַעס: דער טעאַטער־מוזיי אויף באַכרושינס נאָמען האָט געעפֿנט אַן אויסשטעלונג, געווידמעט 120 יאָר פֿון דעם געבוירן־טאָג פֿון דער גרויסער ייִדישער אַקטריסע, הייס געליבט פֿונעם עולם, פֿאַינאַ ראַנעווסקאַיאַ (פֿעלדמאַן), געבוירן אין 1896 אין דרום־רוסלאַנד און געשטאָרבן אין 1984 אין מאָסקווע. פֿאַר דעם נאָמען פֿון דער אויסשטעלונג האָט מען אויסגעקליבן אַן אַפֿאָריזם פֿון ראַנעווסקאַיאַ גופֿא – „מיר האָט געקלעקט דער שׂכל צו לעבן אַזוי נאַריש‟. ראַנעווסקאַיאַ האָט ליב געהאַט זיך אַרויסצוברענגען מיט אַזעלכע אַפֿאָריסטישע פֿראַזעס.

די אויסשטעלונג ווײַזט די קאַריערע פֿון דער גרויסער אַקטריסע אין טעאַטער און קינאָ. עס ווערן אויסגעשטעלט אירע בילדער פֿון ספּעקטאַקלען אין טעאַטערס און פֿראַגמענטן פֿון פֿילמען, וווּ זי האָט געשפּילט. עס ווערן אויך אויסגעשטעלט פּאָרטרעטן פֿון אירע נאָענטע, בתוכם די באַרימטע פּאָעטן — אַנאַ אַכמאַטאָוואַ, באָריס פּאַסטערנאַק, מאַקס וואָלאָשין און באַרימטע אַקטיאָרן אָלגאַ קניפּער־טשעכאָוואַ, לובאָוו אָרלאָוואַ, אַרקאַדי רײַקין און אַנדערע. צו יעדן בילד ווערט צוגעגעבן ראַנעווסקאַיאַס קאָמענטאַר — די ווערטער וואָס זי האָט געזאָגט וועגן דעם מענטש. די אויסשטעלונג וועט זײַן אָפֿן ביזן 2טן אָקטאָבער.


פֿעסטיוואַל פֿון ישׂראלדיקן קינאָ

און די לעצטע ידיעה אויף הײַנט: די אַמבאַסאַדע פֿון מדינת־ישׂראל אין רוסלאַנד גרייט צו אַ פֿעסטיוואַל פֿון ישׂראלדיקן קינאָ. די עפֿענונג־צערעמאָניע וועט פֿאָרקומען אין מאָסקווער קינאָ־טעאַטער „פּיאָנער‟ דעם 28סטן אויגוסט. עפֿענען די פּראָגראַם וועט אלעד קידנס פֿילם „אַראָפּגייענדיק אַרויף‟, מיט קאָמענטאַרן פֿונעם רעזשיסער.