מענטשן וואָס ווילן באַקן די אייגענע חלה אָבער האָבן מורא זיך אונטערצונעמען אַזאַ פּראָיעקט קענען עס איצט טאָן אויף זייער אַ גרינגן אופֿן: מיט דער הילף פֿון אַ פּשוטן פּלאַסטישן זעקל.
די וועבזײַט JStory האָט לעצטנס אַרויפֿגעשטעלט דעם חנעוודיקן 1־מינוטיקן ווידעאָ, כּדי צו ווײַזן די צוקוקער ווי גרינג עס איז. נאָכן ווידעאָ גיט מען איבער דעם געשריבענעם רעצעפּט דערפֿאַר. (איר קענט געפֿינען דעם ייִדישן רעצעפּט דאָ, נאָכן ווידעאָ.)
JStory איז אַ נײַע וועבזײַט געגרינדעט פֿון עטלעכע ייִדישע „מילעניאַלס‟ [יונגע לײַט אין די 20ער] איבער דער וועלט, וואָס זאַמלען און שטעלט אַרויס אַרטיקלען און ווידעאָס וועגן פֿאַרשידענע פֿאַרווײַלערישע ייִדישע טעמעס. „אונדזער ציל איז צו פֿאַרבינדן דאָס אַלטע מיטן נײַעם, די לינקע מיט די רעכטע, דעם מיזרח מיטן מערבֿ,‟ שטייט געשריבן אויף דער JStory וועבזײַט.
אַחוץ דעם ווידעאָ, „ווי צו מאַכן חלה אין אַ זעקל‟, האָט JStory לעצטנס אַרויפֿגעשטעלט אַן אילוסטרירטע רשימה און באַשרײַבונג פֿון די 15 בעסטע ישׂראלדיקע פּראָדוקטן וואָס מע קען קויפֿן בײַ „אַמאַזאָן‟; אַ לויב פֿאַר שמעון פּערעס, וואָס איז 93 יאָר אַלט, אָבער ווייסט נאָך אַלץ ווי זיך צו פֿאַרבינדן מיט דער יוגנט דורך דער דיגיטאַלישער מעדיאַ; און אַ פּאָרטרעט פֿון די ייִדישע אַטלעטן, וואָס האָבן געוווּנען מעדאַלן אין דער 2016־אָלימפּיאַדע.
צו זען דעם ווידעאָ ווי צו מאַכן חלה אין אַ זעקל, קוועטשט דאָ:
חלה אין אַ בײַטל
1 לעפֿל הייוון
1 טעפּל וואַרעם וואַסער
3 לעפֿל צוקער
1/2 לעפֿל זאַלץ
1/3 לעפֿל קאַנאָלאַ־בוימל
3 טעפּלעך מעל + 1/4 טעפּל מעל
1 איי
סומסום־קערלעך
אין אַ גרויסן פּלאַסטישן בײַטל, וואָס מע קען פֿאַרשלעסלען (ziplock bag), שיט אַרײַן דעם הייוון, וואַסער, צוקער, זאַלץ, בוימל און 3 טעפּלעך מעל. פֿאַרשלעסלט דאָס בײַטל.
צעטרייסלט דאָס בײַטל אַ 5־6 מאָל.
לייגט דאָס בײַטל אַרײַן אין אַ שיסל וואַרעם (נישט הייס) וואַסער אויף אַ האַלבער שעה.
נעמט אַרויס פֿון שיסל דאָס בײַטל מיט טייג, צעטרייסלט עס ווידער, קוועטשט אַרויס די לופֿט, און לייגט עס אויפֿן טיש אויף אַ שעה. דרייט עס איבער יעדע 20 מינוט. עס דאַרף אויסזען זייער נאַס. מיט דער צײַט וועלן זיך באַווײַזן בלעזעלעך. או־וואַ!
נאָך אַ שעה, גיט צו צום טייג נאָך 1/4 טעפּל מעל און טרייסלט דאָס בײַטל נאָך אַ מאָל. איר וועט זען ווי דאָס טייג קלעפּט זיך אָפּ פֿונעם בײַטל.
לאָזט דאָס זעקל טייג ליגן 1 שעה, כּדי עס זאָל אויפֿגיין. ס׳וועט נאָך אַלץ זײַן זייער נאַס. אויב עס גייט נישט אויף, דרייט עס איבער עטלעכע מאָל און גיט עס עטלעכע זעץ.
הייצט אָן דעם אויוון אויף 300 גראַד (150 צעלזיוס).
באַשיט דעם טיש מיט מעל, און צעטיילט דאָס טייג אויף 3 „שלאַנגען‟. פֿלעכט אַ צאָפּ דערפֿון.
באַשמירט עס מיטן איי און באַשיט עס מיט סומסום־קערעלעך. לאָזט עס שטיין נאָך 15 מינוט. באַלייגט אַ בעקן מיט פּאַרמעט־פּאַפּיר, און אויף דעם — דאָס געפֿלאָכטענע טייג. באַקט עס 40 מינוט אָדער ביז עס באַקומט זיך אַ גאָלדענע פֿאַרב.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.