„מאָבי‟, דער פּאָפּולערער ייִדיש־רעדנדיקער ראָבאָט און שטערן פֿון „ייִדישפּאָפּ‟, די נאָוואַטאָרישע אינטעראַקטיווע וועבזײַט פֿאַר קינדער זיך אויסצולערנען ייִדיש, איז צוריק אין אַ נײַער לעקציע מיט זײַנע חבֿרים — דאָס מיידעלע נעמי און איר הינטעלע „פּינטל‟.
אַזוי ווי אַלע לעקציעס, נעמט אַרײַן דער קאַפּיטל „לאָמיר אַרויסגיין‟, די זעכציקסטע אין דער סעריע, אַן אַנימירטן פֿילם אויף ייִדיש מיט ייִדישע אונטערקעפּלעך, געניטונגען וואָס קנעלן אײַן די ווערטער וואָס די העלדן נוצן און פּרטימדיקע גראַמאַטישע דערקלערונגען אויף ייִדיש און ענגליש.
אין דעם פֿאַל לערנט „לאָמיר אַרויסגיין‟ אַ ריי טערמינען פֿאַרבונדן מיטן וועטער, ווי אויך קאָנווערבן, אַזעלכע ווערבן ווי אַרײַנגיין, וואָס ווערן צעטיילט („לאָמיר אַרײַנגיין‟ אַנטקעגן „זיי גייען אַרײַן‟). צווישן די פֿאַרשידענע געניטונגען זענען דאָ עטלעכע, וווּ מע הערט זיך צו צו אַ זאַץ אויף ייִדיש און מע דאַרף אויסקלײַבן צווישן פֿיר בילדער צו ווײַזן, אַז מע האָט גוט פֿאַרשטאַנען דעם זאַץ. בײַ אַנדערע געניטונגען דאַרף מען, למשל, אַרײַנלייגן דעם ריכטיקן וואָרט אין אַ זאַץ, פֿירן „מאָבי‟ דורך אַ לאַבירינט, און לייענען אַ מעשׂה און ענטפֿערן אויף אַ ריי פֿראַגעס וועגן איר.
כאָטש „ייִדישפּאָפּ‟ איז געצילעוועט אויף יונגע קינדער, איז עס גענוג אינטערעסאַנט און הומאָריסטיש צו האַלטן דעם אויפֿמערק פֿון דערוואַקסענע. די „ייִדיש־פֿאַרם‟, למשל, בעט אַז זײַנע סטודענטן זאָלן פֿאַרענדיקן אַ פּאָר לעקציעס פֿון דער סעריע איידער זיי קומען אויף דער פֿאַרם.
די סטודענטן וואָס לערנען זיך דײַטש, כינעזיש אָדער עבֿרית געניסן שוין פֿון אַ סך וועבזײַטן אָדער פּראָגראַמען, וואָס קנעלן אײַן גראַמאַטישע פּיטשעווקעס אָדער העלפֿן פֿונאַנדערצושיידן ענלעכע ווערטער. פֿאַר ייִדיש איז אָבער „ייִדישפּאָפּ‟ די איינציקע וועבזײַט פֿון אַזאַ מין, וואָס מע האָט געשאַפֿן אויף אַ פּראָפֿעציאָנעלער ניוואָ. ווען דער „פֿרײַער מאַרק‟ וואָלט געהאַט באַשלאָסן פֿאַר זיך, וואָלט בכלל ניט עקזיסטירט אַזאַ פּראָגראַם, ווײַל די פֿירמעס וואָס שאַפֿן אַזעלכע פּראָדוקטן מאַכן זיי געוויינטלעך נאָר פֿאַר שפּראַכן, וואָס הונדערטער טויזנטער מענטשן האַלטן אין שטודירן.
אַ דאַנק דער ריזיקער שטיצע פֿון דער „נעמי־פֿונדאַציע‟, אָבער, האָט מען געקענט שאַפֿן „ייִדישפּאָפּ‟. דער „פּאָפּ‟ נעמט זיך פֿון דער פֿירמע „בריינפּאָפּ‟, אַ פּאָפּולערע קאָמפּיוטער־פּראָגראַם, וואָס ווערט גענוצט אין 20% פֿון די אַמעריקאַנער שולן. אַבֿרהם קאַדאַר, דער גרינדער פֿון „בריינפּאָפּ‟ איז דער אַלמן פֿון נעמי פּראַווער־קאַדאַר ז׳׳ל און האָט, צוזאַמען מיט זײַנע קינדער, באַשלאָסן צו שאַפֿן „ייִדישפּאָפּ‟ אויפֿן סמך פֿון דער פֿירמעס אַנדערע פּראָגראַמען, וואָס לערנען אַזעלכע לימודים ווי מאַטעמאַטיק, מוזיק, קונסט און ליטעראַטור. דער ראָבאָט „מאָבי‟ באַווײַזט זיך אין אַלע פּראָדוקטן פֿון דער פֿירמע, נאָר זײַן חבֿרטע נעמי פֿיגורירט בלויז אין „ייִדישפּאָפּ‟. נעמי האָט מען, פֿאַרשטייט זיך, אַ נאָמען געגעבן נאָך דער ייִדיש־פּעדאַגאָגין נעמי פּראַווער־קאַדאַר ז״ל.
אַחוץ „ייִדישפּאָפּ‟ שטיצט אונטער די „נעמי־פֿונדאַציע‟ אַ ריי אַנדערע פּראָיעקטן און אָרגאַניזאַציעס געווידמעט דער ייִדישער שפּראַך, ווי למשל, די פּראָגראַמען אויף דער „ייִדיש־פֿאַרם‟, דעם „לערער־סעמינאַר‟ אויף דער ייִדיש־וואָך און דעם זשורנאַל „אויפֿן שוועל‟. די זומער־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך און קולטור בײַם „תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט‟ און אַ גאַסט־קאַטעדרע פֿאַר אַ ייִדיש־פּראָפֿעסאָר בײַם „העברעיִשן אוניווערסיטעט‟ אין ירושלים ווערן אויך געשטיצט פֿון דער פֿונדאַציע, וואָס האָט לעצטנס אַנאָנסירט, אַז זי וועט באַלד אָנהייבן אַ סטיפּענדיע פֿאַר ייִדיש־סטודענטן אין „קאָלומביע‟־אוניווערסיטעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.