נישט געקוקט אויף דעם אָנגייענדיקן קאַמף קעגן דער אינטערנעץ מצד די חסידישע רביים און עסקנים, האָט די פּאָפּולערע סאַטמערער צײַטונג „דער איד‟ די וואָך געמאָלדן, אַז זי וועט אין גיכן אָנהייבן אַרויסשיקן אַ טעגלעכן נײַעס־בולעטין צו אירע אַבאָנענטן, דורך בליצפּאָסט.
די מעלדונג איז אָפּגעדרוקט געוואָרן אין דער צײַטונג גופֿא, אָבער מע האָט אויך געקענט לייענען וועגן דער בשׂורה אין דער עלעקטראָנישער סאָציאַלער נעץ „טוויטער‟.
די רעדאַקציע פֿון „דער איד‟ האָט, אַ פּנים, אַליין פֿאַרשטאַנען די סתּירה אין דעם וואָס זיי האָבן בדעה צו פֿאַרשפּרייטן זייער מאַטעריאַל דורך בליצפּאָסט, וואָס איז אַ טייל פֿון דער אינטערנעץ, כאָטש אינעם זעלבן בריוו פֿאַרדאַמט זי די אינטערנעץ, „וואו מענטשן לייענען נײַעס, וועלכע זענען ליידער אָנגעפּיקעוועט מיט גויאישקייט, אויסגעלאַסנקייט אויפֿן נידעריקסטן שטאַפּל און מינות ואפּיקורסות‟.
„אָבער אין דער זעלבער צײַט — שטייט ווײַטער אין דער מעלדונג — שפּירן מיר אַ פֿליכט … צו דינען אַלס דער ׳שופֿר׳ פֿאַרן יהדות החרדית, אַז מ׳דאַרף אויך האָבן אַ לייזונג פֿאַר די וועלכע זוכן צו לייענען נײַעס אויסגעהאַלטן מיט דער ריינער השקפֿה, געקליבן פּאַסיק פֿאַר היימישע ייִדן.‟ דערפֿאַר, „וועט ׳דער איד׳ אָנהייבן צושטעלן נײַעס פֿאַר סובסקרײַבער אויף אי־מעיל…‟
גלײַכצײַטיק באַמיִען זיך די רעדאַקטאָרן צו „באַרויִקן‟ יענע לייענער, וואָס מײַדן עד־היום אויס די אינטערנעץ: „מיר שטיצן ווײַטער מיט מאָראַלישן חיזוק די אַלע וואָס ווײַכן אָפּ פֿון סײַ וועלכן קשר מיט אימעיל, און ווילן עס נישט באַנוצן אויב עס איז נישט ממש בלויז פֿאַר ביזנעס.‟
„ביזנעס‟ איז אָבער מסתּמא אַ וויכטיקער מאָטיוו אין דער צײַטונגס באַשלוס. ווי די מעלדונג איז מרמז בײַם סוף, איז מעגלעך, אַז דאָס האָבן די סאַטמערער געשעפֿטסלײַט, סוף־כּל־סוף, איבערגעצײַגט די אייגנטימער פֿון „דער איד‟ צו צעשיקן די נײַעס דורך בליצפּאָסט, ווײַל די רעקלאַמעס אין די נײַעס־בולעטינען קאָנען צוציִען אַ סך מער צוקוקער ווי די פּאַפּירענע צײַטונג.
„דאָס עפֿנט אויף נײַע מעגלעכקייטן, וואָס איז שוין אייגנטלעך לאַנג געזוכט דורך היימישע ביזנעסלײַט,‟ שטייט אין דער מעלדונג. „נעמלעך, אַ געלעגנהייט צוצוקומען צו פּאָטענציעלע קונים אויף אַ טעגלעכן באַזיס, און קענען דערגרייכן אַ ריזיקן ציבור פֿון טויזנטער אין איין מינוט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.