ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

אַ פּלאַקאַט געמאָלט פֿון אַ 7־יאָריק מיידעלע, שאַנאָן קאַסעל, לכּבֿוד דער „וואָך צו פֿאַרטיידיקן קינדער‟
אַ פּלאַקאַט געמאָלט פֿון אַ 7־יאָריק מיידעלע, שאַנאָן קאַסעל, לכּבֿוד דער „וואָך צו פֿאַרטיידיקן קינדער‟

פֿון שרה זילבערמאַן

Published September 06, 2016, issue of September 30, 2016.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

מעלבורנער ייִדישע אָרגאָניזאַציעס פֿירן אײַן װאַרשטאַטן

דער ייִדישער הילפֿס־פֿאָנד פֿון װיקטאָריע, „צדק“ און די ייִדישע אַרבעטס־גרופּע צו באַקעמפֿן גװאַלד־אַקטן אין דער הײם אַרבעטן בשותּפֿות אײַנצופֿירן פֿאַרשײדנאַרטיקע דערציִערישע װאַרשטאַטן פֿאַר פֿאָרשטײער פֿון אַנדערע ייִדישע אָרגאָניזאַציעס און יחידים בעת דער „װאָך צו פֿאַרטײדיקן קינדער“. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל װאָס אַזאַ װאָך װערט אָרגאָניזירט פֿון מעלבורנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. דער ציל איז אױסצומײַדן טראַומאַ אין קינדער, װאָס קען דױערן יאָרן, לאַנג נאָך דעם װי אַ קינד לײַדט אָדער איז אַן עדות צו כּל־המינים מיסברױכן.

דער ייִדישער הילפֿס־פֿאָנד פֿון װיקטאָריע האָט אונטערגעשטראָכן אַז נאָר „שטאַרקע און געזונטע משפּחות“ זײַנען בכּוח צו שאַפֿן „שטאַרקע, פֿאַראײניקטע, זיכערע און פּראָדוקטיװע קהילות‟. זײַן דירעקטאָר, ביל עפּלבי, האָט באַטאָנט די װיכטיקײט פֿון פֿאַרזיכערן אַז די ייִדישע קהילה און אירע מיטגלידער פֿאַרשטײען די טראַומאַ װאָס קינדער לײַדן צוליב פֿאַרשײדנאַרטיקע אָנפֿאַלן און אַז זײ פֿאַרשטײען אױך װי אַזױ צו פֿאַרזיכערן דעם פֿיזישן און דערצו דעם גײַסטיקן װױלזײַן פֿון ייִדישע קינדער.

דער דירעקטאָר פֿון דער אָרגאָניזאַציע „צדק“, ד״ר מישעל מאיר, װאָס רעדט אין נאָמען פֿון ייִדן װעלכע האָבן געליטן װי קינדער פֿון סעקסועלע מיסברױכן װעלכע זײַנען באַגאַנגען געװאָרן קעגן זײ, האָט באַצײכנט דאָס פֿאַרטײדיקן קינדער װי „דאָס אַחריות“ פֿון דער ייִדישער קהילה און אירע אָרגאָניזאַציעס. זי האָט אױך באַצײכנט אַז דאָס פֿאָדערט מיטאַרבעט צװישן ייִדישע אָרגאָניזאַציעס, װײַל קײן אײן אָרגאָניזאַציע איז נישט בכּוח צו דערציִען די גאַנצע קהילה און צו פֿאַרטײדיקן דעם פֿיזישן און גײַסטיקן װױלזײַן פֿון אַלע ייִדישע קינדער.

דער פֿאָרזיצער פֿון דער ייִדישער אַרבעטס־גרופּע צו באַקעמפֿן גװאַלד־אַקטן אין דער הײם, דעבי װינער, האָט באַטאָנט דעם נעגאַטיװן אײַנפֿלוס אױף קינדער װאָס אַנטװיקלט זיך װען קינדער זעען װי מינדלעכע אָדער פֿיזישע גװאַלד־אַקטן קומען פֿאָר בײַ זײ אין דער הײם צװישן מאַן און װײַב אָדער צװישן עלטערן און קינד אָדער צװישן דערװאַקסענע און זײערע פֿאַרעלטערטע עלטערן. זי האָט אונטערגעשטראָכן די װיכטיקײט פֿון צוזאַמען־אַרבעט צװישן ייִדישע אָרגאָניזאַציעס װעלכע אָרדענען אײַן דערציִערישע װאַרשטאַטן „פֿאַר דער קהילה װאָס מיר באַדינען‟.


די רעזולטאַטן פֿון אַן אױספֿאָרשונג װעגן דעם ייִדישן אחריות פֿאַר אונדזער ערד

די מעלבורנער אָרגאָניזאַציע „דזשעקאָ‟ (די ייִדישע עקאָלאָגישע קאָאַליציע) האָט געמאַכט אַן אױספֿאָרשונג בעת 7,000 מעלבורנער ייִדן זײַנען זיך צונױפֿגעקומען בײַם יערלעכן „אין אײן קול‟ פֿעסטיװאַל (װאָס איז פֿאָרגעקומען אין חודש מאַרץ הײַ־יאָר), װעגן דעם צוגאַנג פֿון דער לאָקאַלער ייִדישער באַפֿעלקערונג צו אונדזער ערד, אונדזער פּלאַנעט. 81 מעלבורנער ייִדן האָבן אָנטײל גענומען אין דער אױספֿאָרשונג, װאָס האָט געװאָלט זען אױף װיפֿל מעלבורנער ייִדן האַלטן אַז דער פּלאַנעט מוז געראַטעװעט װערן אין פֿאַרגלײַך מיט די מײנונגען פֿון דער אַלגעמײנער באַפֿעלקערונג פֿון אױסטראַליע.

די „דזשעקאָ‟ אױספֿאָרשונג װײַזט אַז 90% פֿון די אָנטײלנעמערס אַרבעטן אַקטיװ לטובֿת דעם אַרום פֿון אונדזער ערד. דאָס הײסט אַז זײ לעשן אױס ליכט אין לײדיקע צימערן און זײ גיבן אַרײַן פּאַפּיר, גרינװאַרג, גלאָז און מעטאַלן אױף איבערניצעװען — עפּעס װאָס עס פֿאָדערן די לאָקאַלע שטאָטישע געזעצן. 80% זאָגן אָבער אַז זײ מײנען אַז דאָס צו טאָן איז אַ מאָראַלישער חובֿ, לױט דער אױספֿאָרשונג.