די דײַטשע קלעזמער־קאַפּעליע WAKS - Yiddish Voices וועט דעם 10טן סעפּטעמבער אויפֿטרעטן מיט אַ קראַנץ לידער, וואָס אַ ייִדיש פֿאָרפֿאָלק, ביידע קינסטלער, האָבן געהאַט אָנגעשריבן און געזונגען פֿאַר און בעת דעם חורבן. דער קאָנצערט וועט פֿאָרקומען בײַם קולטור־דענקמאָל אין דער אַמאָליקער שיל אין פֿרידריכשטאַט, דײַטשלאַנד.
דאָס פּאָרפֿאָלק, העלענאַ און רחמיאל גרין, זענען ביידע אומגעקומען אינעם חורבן.
צוויי פֿון זייערע פּלימעניצעס, יהודית שלו און נחמה בידערמאַן, וועלן ספּעציעל קומען פֿון ישׂראל, כּדי בײַצוזײַן אויפֿן קאָנצערט.
דער אַנסאַמבל „וואַקס — ייִדישע קולות“ באַשטייט פֿון אינגע מאַנדאָס (געזאַנג), קלעמענס קאַץ (פּיאַנע, אַקאָרדיאָן און פֿיס־האַרמאָניע) און האַנס קריסטיאַן יעניקע (פֿידל). נישט לאַנג צוריק האָבן די מוזיקער, צום ערשטן מאָל, געהערט די זינגערס גרין, וועמען די ייִדישע מוזיק־פֿאָרשער סאָפֿיאַ מגיד און משה בערעגאָווסקי האָבן געהאַט רעקאָרדירט אויף וואַקסענע צילינדער־פֿאָנאָגראַפֿן אין מיזרח־אייראָפּע צווישן די יאָרן 1928 און 1941, און ס׳האָט געמאַכט אויף זיי אַ טיפֿן אײַנדרוק. די רעקאָרדירונגען זענען צענדליקער יאָרן לאַנג אָפּגעקומען אין די אַרכיוון און שפּעטער האָט מען זיי מיט גרויס מי אויפֿגעהיט. מאַנדאָס, קאַץ און יעניקע האָבן אַראַנזשירט דעם מאַטעריאַל אויף אַ נײַעם שטייגער און טרעטן איצט אויף מיט די קולות פֿון אַן אַנדער וועלט.
צווישן די אַרטיסטן פֿון די רעקאָרדירונגען איז געווען רחמיאל גרין, אַ געבוירענער אין דעלעטין (הײַנט אוקראַיִנע). ער איז געווען אַ מחבר, זשורנאַליסט און פּראָדוצענט און האָט געשריבן אויף ייִדיש. אין וואַרשע אין 1939 האָט זײַן ווײַב העלענאַ גרין (פֿון די מיידל־יאָרן נוימאַן), באַקומען אַן אַקאַדעמישן טיטל ווי אַ ספּעציאַליסט אויף געשיכטע. זי האָט געאַרבעט ווי אַ לעקטאָר און געשריבן לידער. ביידע האָבן זיי געדאַרפֿט אַנטלויפֿן קיין לעמבעריק (גאַליציע) פֿאַר די דײַטשן. דאָרטן האָט רחמיאל געאַרבעט אינעם ייִדישן טעאַטער. נאָך 1941 האָט מען אָפּגעפֿירט דאָס פּאָרפֿאָלק אינעם קאָנצענטראַציע־לאַגער יאַנאָווסקאַ (נאָענט צו לעמבעריק). מע זאָגט אַז רחמיאל האָט איבערגעפֿירט אָנגעלאָדענע טראַנספּאָרטן אויף צוויי־רעדערדיקע וואָגנס, און בשעת־מעשׂה געזונגען ייִדישע לידער מיט זײַן טיפֿער און מעלאָדישער שטים. דאָרט האָט ער אויך אָרגאַניזירט אַן אונטערערדישן טעאַטער און האָט פֿאַר אים אָנגעשריבן די סקריפּטן. העלענאַ האָט ווײַטער געשריבן לידער, צווישן זיי דעם טעקסט „מיר טרינקען לחיים מיטן טויט“ וואָס מע האָט מיט דער היימישער מעלאָדיע געזונגען אין אַ צאָל קאָנצענטראַציע־לאַגערן. ידיעות וועגן דעם פּאָרפֿאָלק גרין האָט מען געפֿונען אין וואַרשע אין די באַהאַלטענע אַרכיוון פֿון עמנואל רינגעלבלום און נאָך דער מלחמה האָט מען זיי אויפֿגעהיט. רינגעלבלום איז געווען העלענאַס לערער און די גרינס אַ גוטער־חבֿר. זײַן שותּף באָראָווסקי האָט זיך באַקענט מיט די גרינס אין יאַנאָווסקאַ און האָט זיי געפּרוּווט ראַטעווען, אָבער ס׳איז אים נישט געראָטן. אין 1943 זענען העלענאַ און רחמיאל גרין אומגעקומען.
יהודית שלו און נחמה בידערמאַן, וועלכע קומען אויפֿן קאָנצערט, זענען די טעכטער פֿון העלענאַס שוועסטער, געניאַ (גאָלדע נוימאַן). בעת אינגע מאַנדאָס האָט געפֿאָרשט דעם מאַטעריאַל פֿאַרן פּראָיעקט אין ישׂראל, האָט זי זיך פֿאַרבונדן מיט זיי. יהודית האָט אַליין געפֿאָרשט אין אַ סך אַרכיוון און אויסגעגראָבן אַ צאָל לידער און דערציילונגען געשריבענע פֿון העלענאַ. אינגע מאַנדאָס און קלעמענס קאַץ האָבן צוגעשטעלט נאָטן צו פֿיר פֿון העלענאַס לידער.
מע וועט אויפֿן קאָנצערט אויך הערן אַנדערע קולות פֿון די אַרכיוון פֿון די אָריגינעלע וואַקסענע רעקאָרדירונגען.
דאָס קאָמפּאַקטל „וואַקס — ייִדישע קולות“ איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן אין אָקטאָבער 2015 אין האַמבורג דורך דער פֿירמע „פּײַקס נײַס רעקאָרדס“, און איז נאָמינירט געוואָרן פֿאַרן „פּריז פֿון די דײַטשע פּלאַטע־קריטיקערס“. מע קען אים באַשטעלן בײַ: kontact@ingemandos.de.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.