דער ים־המלח איז וועלט באַרימט דערפֿאַר וואָס די פּראָפּאָרציע זאַלץ אינעם וואַסער איז אַזוי הויך אַז מע קען זיך דאָרט — אָן קיין שום באַמיִונגען — האַלטן אויפֿן וואַסער און אַפֿילו לייענען אַ צײַטונג, ליגנדיק אויף דער פּלייצע! אָבער ווײַזט זיך אַרויס אַז סע קומען אויך פֿאָר אַנדערע פֿענאָמענען אין אַזאַ שטאַרק געזאַלצענעם וואַסער.
למשל, ווען מע לאָזט אַראָפּ אונטערן וואַסער אויף דרײַ חדשים לאַנג אַ שוואַרץ חסידיש קלייד, ווערט עס לויטער ווײַס ווי אַ חופּה־קלייד און גלאַנצט מיט אַ סאָלידן שיכט זאַלצקריסטאַלן.
טאַקע אָט דאָס האָט לעצטנס געטאָן די ישׂראלדיקע קינסטלערין סיגלית לנדאו (סיגאַליט לאַנדאַו) אין איר נײַסטן קונסטפּראָיעקט א״ט „די געזאַלצענע כּלה“. לנדאו, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין ירושלים מיט אַ ווײַטן בליק איבער די הרי־יהודה און פֿונעם היפּערסאַלינירטן טײַך, איז תּמיד געווען פֿאַרכאַפּט פֿונעם שעפֿערישן סימבאָליזם פֿונעם ים־המלח־זאַלץ, וואָס זי באַשרײַבט „ווי סאָלידע טרערן“. דער ים־מלח האָט אויך געשפּילט אַ הויפּטראָלע אין פֿריִערדיקע קונסטווערק אירע, למשל: 500 קאַווענעס אויפֿן וואַסער צונויפֿגעבונדן מיט אַ שטריק, וואָס האַלט זיך ביסלעכווײַז אין אויפֿלייזן. אַ צווייטער פּראָיעקט אירער: קינדערשיכעלעך וואָס „הענגען“ אינעם וואַסער. זי האָט שוין אויך געשאַפֿן זאַלצסקולפּטורן פֿון פֿידלען, ביציקלען, שטיוול, און פֿישערנעצן באַדעקט מיט קריסטאַלענעם זאַלץ.
אינספּירירט „די געזאַלצענע כּלה“ האָט נישט אַנדערש ווי ש. אַנ־סקיס „דער דיבוק‟ (1914), די פּיעסע וועגן דער יונגער כּלה לאה, וואָס ווערט באַנומען דורכן שד פֿון איר פֿאַרשטאָרבענעם באַשערטן. לנדאו באַשרײַבט דעם עפֿעקט פֿונעם זאַלץ אויפֿן קלייד „ווי שניי, ווי צוקער, ווי דער טויט וואָס נעמט דיך אַרום“. אין תּוך אַרײַן האָט עס געדינט ווי אַ סימבאָל פֿון לאהס פּשוט שוואַרץ קלייד וואָס ווערט מגולגל אין אַ ווײַסן חופּה־קלייד, וואָס זי האָט טאַקע געזאָלט טראָגן צו דער חופּה מיטן באַליבטן חתן.
כּדי צו פֿאָטאָגראַפֿירן דאָס קלייד אונטערן וואַסער האָט דער פֿאָטאָגראַף יותם פֿראם מיט וועמען לנדאו האָט מיטגעאַרבעט, זיך געדאַרפֿט אַראָפּלאָזן אינעם זאַלצוואַסער, צוגעבונדן צו העכער 051 פֿונט מיט געוויכטן, כּדי אַראָפּצונעמען די בילדער פֿונעם אומפֿאַרגעסלעכן פֿאַרזאַלצענעם קלייד.
די אַכט פֿאָטאָגראַפֿיעס אין לעבנסגרייס האָט מען לעצטנס געקענט זען אויסגעשטעלט אין דער הײַנטצײַטיקער גאַלעריע פֿון מאַרלבאָראָ, אין לאָנדאָן, אָבער ס׳איז נישט קיין ספֿק, אַז מע וועט אין דער צוקונפֿט קענען זען די פֿאַרכאַפּנדיקע אויסשטעלונג אין אַ סך אַנדערע גאַלעריעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.