אויסשטעלונג: געשיכטע פֿון טאָראָנטער ייִדישן טעאַטער

Exhibit on the History of the Toronto Yiddish Theater

דער אַקטיאָר און טעאַטער־קאָסטיומער הערי גאָלדשטיין (בערך 1916) און אַן אַפֿיש פֿאַר אַ קאָמעדיע אין דרײַ אַקטן, „די פֿאַרהײַרעטע שקלאַפֿן‟ (בערך 1947)
ONTARIO JEWISH ARCHIVES PHOTOS
דער אַקטיאָר און טעאַטער־קאָסטיומער הערי גאָלדשטיין (בערך 1916) און אַן אַפֿיש פֿאַר אַ קאָמעדיע אין דרײַ אַקטן, „די פֿאַרהײַרעטע שקלאַפֿן‟ (בערך 1947)

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published September 18, 2016, issue of September 30, 2016.

ווייניק מענטשן ווייסן, אַז אין טאָראָנטאָ, קאַנאַדע האָט אַ מאָל געבליט דער ייִדישער טעאַטער. אַ דאַנק אַן אויסשטעלונג בײַ די „אָנטאַריער ייִדישע אַרכיוון‟, קען מען זיך אַ סך דערוויסן וועגן יענער עפּאָכע.

אין דער ערשטער האַלב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט האָט מען אינעם סטאַנדאַרד־טעאַטער (געבויט אין 1922), און אינעם ליריק־טעאַטער אָדער נאַציאָנאַלן טעאַטער (1907) כּסדר געשפּילט ייִדישע ווערק. אַפֿילו העט נאָך אין 1897 האָט מען שוין אויפֿגעפֿירט אַ ייִדישע פּיעסע אין דער וואַקסנדיקער ייִדישער שטאָט.

צווישן אַנדערע טשיקאַוועסן און אַרטיפֿאַקטן פֿאַרבליבענע פֿון די טעאַטער־בלי־יאָרן קען מען געפֿינען פֿליבלעטלעך, פּרײַזן־רשימות און אַפֿישן, אַרײַנגערעכנט אַן אַפֿיש וועגן דער פּיעסע „שיינדעלע פֿון סלאָבאָדקע“, וואָס ס׳האָט אויפֿגעפֿירט דער סטאַנדאַרד־טעאַטער אין 1928. דעם פּלאַקאַט האָט מען צופֿעליק אַנטדעקט מיט צענדליקער יאָרן שפּעטער בײַם רעמאָנטירן דעם בנין אין 1982. מע האָט געפֿונען דעם פּלאַקאַט אין גאַנצן פֿאַרדרייט אין אַ קנויל און פֿאַרשטעקט אין אַ קוימען — אַ פּנים, כּדי צו באַשיצן פֿון דער צוגלופֿט וואָס בלאָזט כּסדר אַרײַן.

לויט דוד ראָומס געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער (געדרוקט אין 1967 אינעם זשורנאַל פֿון די קאַנאַדער ייִדישע אַרכיוון), האָט דער ליריק־טעאַטער צוגעצויגן אַן עולם פֿון אַרום טויזנט צוקוקערס און איז אָפֿט געווען געפּאַקט ביז צו ד‏‎ער סטעליע. דער מחבר האָט אויך דערמאָנט דעם טעאַטער אין ראַם פֿונעם רעליגיעזן ייִדישן לעבן אין טאָראָנטע, דהײַנו: די רבנים זענען געווען שטאַרק אומצופֿרידן וואָס די סאַמע פּאָפּולערסטע פֿאָרשטעלונגען בײַם ייִדישן טעאַטער זענען דווקא פֿאָרגעקומען פֿרײַטיק צו נאַכטס און שבת צום מאַטינע. פֿאַר די באַלעבאַטים פֿונעם טעאַטער אָבער האָבן די אָ פֿאָרשטעלונגען, פֿאַרשטייט זיך, אויך געטראָגן דעם סאַמע העכסטן רווח. הייסט עס, אַז אָן די שבתדיקע פֿאָרשטעלונגען וואָלט דער טעאַטער זיך נישט אויסגעהאַלטן. און דעם עולם דאַרף מען דאָך צוטראָגן דאָס וואָס דער עולם פֿאָדערט.

אינעם אַרכיוו געפֿינען זיך אַרטיקלען פֿונעם באַקאַנטן טאָראָנטער כּלל־טוער י. ב. זאַלצבערג, וואָס גיט איבער פֿאַרשידענע זכרונות פֿונעם ייִדישן טעאַטער. למשל, ער דערמאָנט זיך ווי מאַמעס פֿלעגן אײַנפּאַקן אויפֿן מאַטינע אַ מיטאָג פֿאַר די קינדער, און אַז סע פֿלעגן פֿון באַלקאָן דאָ און דאָרט אַראָפּפֿאַלן הינדלביינדלעך און שאָלעכצער פֿון מאַראַנצן אויף די קעפּ פֿון די אָרקעסטער־צוקוקערס. ער דערציילט אויך וועגן דעם לאַנגיאָריקן מענעדזשער בײַם סטאַנדאַרד־טעאַטער, איזידאָר אַקסלער, וואָס האָט פֿאַרקויפֿט נישט נאָר אַקציעס, נאָר אויך ציגל, כּדי אויפֿצובויען דעם טעאַטער. אַזוי אַרום האָבן הונדערטער ייִדישע אַרבעטערס, סײַ מענער סײַ פֿרויען, געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דעם קולטור־פּראָיעקט.

מע קען אינעם אַרכיוו אויך הערן רעקאָרדינרונגען, למשל, זכרונות פֿון דזשעני גאָלדשטיין, דעם ווײַב פֿונעם אַקטיאָר און טעאַטער־קאָסטיומער הערי גאָלדשטיין, אין וועלכן זי דערציילט ווי איר דעמאָלטיקער חתן און אַ סך אַנדערע פֿון טעאַטער־דעמימאָנד פֿלעגן שעהען לאַנג נאָך די פֿאָרשטעלונגען שפּילן אין אַזאַרט.