במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע עטלעכע יאָר קומט יעדעס יאָר פֿאָר אין בערלין אַ גרויסער פֿעסטיוואַל געווידמעט דער ייִדישער קולטור. צווישן די כּלערליי אונטערנעמונגען אָרגאַניזירט מען דאָרט קאָנצערטן פֿון ייִדיש געזאַנג, קלעזמער־מוזיק און ליטעראַרישע באַגעגענישן.
פֿאַראַיאָרן האָט מען איבערגעפֿירט דעם פֿעסטיוואַל אין ערפֿורט, אַ שטעטל מיט אַן אַלטער ייִדישער געשיכטע, און הײַיאָר איז עס דאָרט אויף פֿאָרגעקומען. זונטיק דעם 4טן סעפּטעמבער איז אַרויסגעטראָטן די ישׂראלדיקע קאַפּעליע „קוואַרטטוקאַן‟, וואָס די הויפּט־זינגערין, מרים טוקאַן, איז אַ פּאָפּולערע קריסטלעכע אַראַבישע זינגערין, און דער רעפּערטואַר: אַ געמיש פון העברעיִשער, אַראַבישער און קלעזמער־מוזיק.
אינעם קאָנצערט האָט די זינגערין פֿאָרגעשטעלט אָריגינעלע שאַפֿונגען פֿון עידן טאָעדאָנאָ, נעה (נאָאַ) וואַקס, און אויך דאָס ייִדישע וויגליד „עפּעלע‟, וואָס דער טעקסט איז פֿון י. ל. כּהן, און די מוזיק — פֿונעם ישׂראלדיקן מוזיקער און פֿאָרזיצער פֿון „לייוויק־הויז‟ אין תּל־אָבֿיבֿ — דניאל גלאַי.
דאָס איז געווען די ערשטע אייראָפּעיִשע אויפֿפֿירונג פֿונעם נײַעם זינגליד. דער טעקסט פֿון „עפּעלע‟ געפֿינט זיך אין כּהנס זאַמלונג, „ייִדישע פֿאָלקסלידער מיט מעלאָדיעס‟.
„קוואַרטטוקאַן‟ איז גוט באַקאַנט פֿאַר צונויפֿוועבן די מוזיקאַלישע סטילן פֿון די מיזרחדיקע און מערבֿדיקע מוזיק־טראַדיציעס. אָט הערט אַ מוסטער פֿון זייער אָריגינאַלן סטיל, וואָס מע האָט הײַיאָר רעקאָרדירט אויפֿן פֿעסטיוואַל. דאָ הערט מען זייער צונויפֿוועב פֿון די לידער פֿונעם ייִדישן און העברעיִשן פּאָעט חיים נחמן־ביאַליק, מיט די לידער פֿונעם לבֿנון־זינגער „פֿערוז‟:
ערפֿורט האָט הונדערטער יאָרן געהאַט אַ לעבעדיקע ייִדישע קהילה, אָנהייבנדיק פֿון מיטל־אַלטער. די אַזוי־גערופֿענע „אַלטע שיל‟ אין ערפֿורט איז די עלטסטע נאָך־עקזיסטירנדיקע שיל אין צענטראַל־אייראָפּע, און די ערפֿורטער מיקווה שטייט דאָרט נאָך זינט דעם 13טן יאָרהונדערט און דינט איצט ווי אַ מוזיי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.