ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

דער טוקומאַנער גובערנאַטאָר כואַן לויִס מאַנזור און דער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר אילן שטולמאַן בעת דער פֿײַערונג פֿון דער נײַער ספֿר־תּורה
דער טוקומאַנער גובערנאַטאָר כואַן לויִס מאַנזור און דער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר אילן שטולמאַן בעת דער פֿײַערונג פֿון דער נײַער ספֿר־תּורה

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published September 21, 2016, issue of September 30, 2016.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

קריסטלעכע אָרגאַניזאַציע העלפֿט אַרגענטינער ייִדן עולה זײַן קיין ישׂראל

„עזרה‟ איז אַן אינטערנאַציאָנאַלע קריסטלעכע אינסטיטוציע װאָס האָט בלויז איין ציל: העלפֿן ייִדן פֿון דער גאַנצער װעלט עולה צו זײַן אין הייליקן לאַנד.

פֿון אוקראַיִנע, קאַזאַשטאַן, סיביר, אַמאַזאָנאַס, דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך, סערביע, אונגאַרן און איצט אויך אין אַרגענטינע העלפֿט די אינסטיטוציע מקיים זײַן די מצװה פֿון אַריבערפֿירן ייִדן קיין ישׂראל און זי זאַמלט געלט בײַ קריסטן צו שטיצן ייִדן װאָס װילן פֿאָרן און קענען נישט צוליב די „האַרבע פּראָצעדורן‟ װאָס פֿאָדערן אַ סך געלט.

זי שטיצט נאָר ייִדן, „װײַל נאָר ייִדן האָבן דאָס רעכט עולה צו זײַן‟. מען העלפֿט זיי אַרויס מיט די הוצאות פֿון איבערזעצן דאָקומענטן און דיפּלאָמען, מיט געלט פֿאַר די ערשטע טעג אין ישׂראל און באַגאַזש. אָפֿט מאָל איז די עליה אַ קאָנסעקװענץ פֿון קריזיסן, פֿאַרפֿאָלגונגען, אַנטיסעמיטיזם און אפֿילו פֿון מלחמות; איז די פֿליכט פֿון די קריסטלעכע קירכעס אַרויסהעלפֿן ייִדן. זיי גיבן־אָן אין די פֿונדאַמענטן פֿון זייער טעטיקייט פּסוקים פֿון די נבֿיאים און פֿון תּהילים װאָס װײַזן װי װיכטיק איז צו העלפֿן ייִדן.

זיי דערמאָנען אַז דער פּראָטעסטאַנטיזם מיט לוטער בראש האָבן געפּריידיקט מען זאָל פֿאַרברענען סינאַגאָגעס און ספֿרים און מען זאָל אַרויסטרײַבן אַלע רבנים פֿון אייראָפּע. װינציק קריסטן האָבן זיך קעגנגעשטעלט דעם נאַציזם און קרײַצצוגן, אינקװיזיציע, פּאָגראָמען אין רוסלאַנד, און דער חורבן — אַ בושה װאָס די קריסטן מוזן פֿאַרריכטן. זיי אָרגאַניזירן לעקציעס און קורסן פֿון תּנ”ך און זאַמלען געלט פֿאַר אָט די צװעקן. אין אַרגענטינע האָט מען גאָר נישט געװוּסט װעגן זיי און מען איז זיך באַצויגן מיט חשד צו זייערע טעטיקייטן אָבער דערװײַל האָבן אַ סך עולים באַקומען הילף פֿאַר זייער עליה.


תּלמידים פֿון חיפֿהר מיטלשול פאַרברענגען מיט ּתּלמידים פון „שלום־עליכם־מיטלשול‟

תּלמידים פֿון דער מיטלשול „לעאָ בעק‟ פֿון חיפֿה האָבן באַזוכט בוענאָס־אײַרעס און די משפּחות פֿון דער „שלום עליכם־מיטלשול‟ האָבן זיי אויפֿגענומען. במשך פֿון נײַן טעג האָבן זיי זיך געלערנט צוזאַמען, שפּאַצירט, באַזוכט ייִדישע אינסטיטוציעס און זיך באַקענט מיטן ייִדישן לעבן אין דער שטאָט. בעת זייער באַזוך אין קהילה־בנין האָבן זיי באַקומען ספּעציעלע לעקציעס װעגן דער ייִדישער קולטור און געשמועסט מיט אַ לעבן־געבליבענעם פֿונעם אַטענטאַט. ספּאָרט־פֿאַרמעסטן און אַ רירנדיקן קבלת־שבת צוגעגרייט פֿון די ישׂראלדיקע תּלמידים האָבן געשלאָסן אַ דערפֿאַרונג װאָס האָט אַלעמען באַרײַכערט.


ייִדישע קהילות פֿײַערן אַרגענטינער אומאָפּהענגיקייט

אַרגענטינע האָט דעם 9טן יולי געפֿײַערט 200 יאָר זינט דער דערקלערונג פֿון איר אומאָפּהענגיקייט, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין דער פּראָװינץ טוקומאַן, װאָס געפֿינט זיך אַ 600 מײַל פֿון בוענאָס־אײַרעס.

צװישן דעם 9טן און דעם 12טן סעפּטעמבער האָבן די פֿאָרשטייערס פֿון די ייִדישע קהילות פֿון גאַנצן לאַנד זיך צונויפֿגעקומען אין דער זעלבער פּראָווינץ און דורכגעפֿירט פֿאַרשיידענע אַקטיװיטעטן, געלערנט, געטאַנצט, געזונגען און דיסקוטירט. ס׳זענען געקומען אַ פּאָר טויזנט דעלעגאַטן. עסקנים, מדריכים, אוניװערסיטאַרער און טאַנץ־אַנסאַמבלען האָבן זיך באַטייליקט אויף דער טרעפֿונג װאָס האָט געהאַט די שטיצע פֿון נאַציאָנאַלע, און פּראָװינציאַלע רעגירונגען, ייִדישע קהילות און סינאַגאָגעס פֿון דער קאָנסערװאַטיװער באַװעגונג פֿונעם גאַנצן לאַנד.

װי אַ ספּעציעלער גאַסט איז פֿאַרבעטן געװאָרן קיין טוקומאַן נעמי מייער, די אַלמנה פֿון מאַרשאַל מייער — דער גרינדער און פֿאַרשפּרייטער פֿון קאָנסערװאַטיזם אין אַרגענטינע. אַ געבוירענער אין אַמעריקע איז ער אָנגעקומען קיין אַרגענטינע פֿון ישׂראל, װוּ ער האָט באַקומען סמיכה דעם 5טן אויגוסט 1959 װען ער איז אַלט געװען 29 יאָר. ער האָט גלײַך אײַנגעפֿירט שפּאַניש אין די תּפֿילות, געגרינדעט דעם ראַבינער־סעמינאַר אין 1964, װאָס האָט צוגעגרייט ראַבינערס װאָס אַרבעטן הײַנט צו־טאָג איבער דער גאָרער װעלט, דאָ זיך געלערנט ייִדיש און דורכגעפֿירט זײַן אַרבעט ביז 1984 װען ער האָט זיך אומגעקערט קיין ניו־יאָרק װוּ ער האָט איבערגענומען די סינאַגאָגע „בני־ישורון‟.

מאַרשאַל מייער האָט ריזיקירט מיט זײַן לעבן בעת דער מיליטערישער דיקטאַטור און אַ סך געהאָלפֿן און געקעמפֿט פֿאַר מענטשנרעכט צװישן 1976 און 1983. ער איז געשטאָרבן אין ניו־יאָרק דעם 29סטן דעצעמבער 1993. אין זײַן נאָמען האָט מען איבערגעגעבן דעם טוקומאַנער ייִשובֿ אַ „פֿעדעראַלע ספֿר־תּורה‟. במשך חדשים איז דער יונגער סופֿר סעבאַסטיאַן גרינבערג אַרומגעפֿאָרן איבער די ייִדישע ייִשובֿים פֿונעם גאַנצן לאַנד, איבער 15,000 מײַל, און װער עס האָט געװאָלט האָט באַקומען דעם כּבֿוד צו שרײַבן אַן אות אין דער ספֿר־תּורה װאָס איז פֿאַרענדיקט געװאָרן אין דעם זעלביקן בנין װוּ מען האָט אין 1816 אונטערגעשריבן דעם אַקט פֿון דער אַרגענטינער אומאָפּגענגיקייט. דער טוקומאַנער גובערנאַטאָר כואַן לויִס מאַנזור, זײַנע מיניסטאָרן, דער נײַער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר אילן שטולמאַן און אַ 5,000 געסט האָבן זיך געפֿרייט מיט דער תּורה אויף אַן אונטערנעמונג װאָס האָט נישט קיין גלײַכן אין דער ייִדישער װעלט.