צווייטער יערלעכער פֿעסטיוואַל „ייִדיש־ניו־יאָרק‟

Second Annual Yiddish New York Festival


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published September 23, 2016, issue of September 30, 2016.

ניט געקוקט אויף געוויסע אָרגאַניזאַטאָרישע שוועריקייטן וואָס קומען פֿאָר בײַם שאַפֿן אַ ריזיקן פֿעסטיוואַל צום ערשטן מאָל, איז דער פֿאַראַיאָריקער „ייִדיש־ניו־יאָרק‟ געווען אַ דערפֿאָלג. ווי אַזוי ווייסט מען? ווײַל מע באַשליסט אים צו מאַכן נאָך אַ מאָל. דער הײַיאָריקער פֿעסטיוואַל וועט פֿאָרקומען פֿונעם 24סטן ביזן 29סטן דעצעמבער.

„ייִדיש־ניו־יאָרק‟ איז געגרינדעט געוואָרן דורך צענדליקער קינסטלער און געלערנטע, וואָס זענען אַמאָל געווען אַקטיווע אָנטייל־נעמער אין „קלעזקעמפּ‟, די איין־וואָכיקע אונטערנעמונג וואָס איז 30 יאָר לאַנג פֿאָרגעקומען יעדן דעצעמבער. נאָך דעם וואָס ס׳איז געוואָרן קלאָר אַז מע וועט מער ניט מאַכן קיין „קלעזקעמפּ‟, האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ נײַעם פֿעסטיוואַל צו פֿאַרטרעטן זײַן אָרט. האָט אָבער „ייִדיש־ניו־יאָרק‟ גאָר אַן אַנדער געפֿיל. „קלעזקעמפּ‟, (אַזוי ווי „קלעזקאַנאַדע‟ און די „ייִדיש־וואָך‟), איז פֿאָרגעקומען אין אַן אָרט וווּ מענטשן שטייען אײַן צוזאַמען און האָבן צו טאָן בלויז מיט מענטשן וואָס זענען געקומען ספּעציעל אויפֿן פֿעסטיוואַל.

„ייִדיש־ניו־יאָרק‟ קומט אָבער פֿאָר אין דער שטאָט גופֿא און נעמט ניט אַרײַן קיין קוואַרטירונג פֿאַר די אָנטייל־נעמער. אַזוי אַרום איז די קהילה וואָס ווערט געשאַפֿן אַרום דעם פֿעסטיוואַל אַ סך מער אָפֿן: געוויסע מענטשן קומען אויף בלויז אַ פּאָר אַקטיוויטעטן און אַנדערע קומען אויף צענדליקער. די מעלה דערפֿון איז, אַז אַזוי קענען קומען אויך די, וואָס קענען זיך ניט דערלויבן צו באַצאָלן טויזנטער דאָלאַר אײַנצושטיין אין אַ האָטעל אָדער רעזאָרט.

כאָטש מע האָט נאָך ניט פֿאַרעפֿנטלעכט דעם פֿולן סדר־היום פֿונעם פֿעסטיוואַל, ווייסט מען שוין, אַז אַזוי ווי פֿאַראַיאָרן, וועט די פּראָגראַם באַשטיין פֿון וואַרשטאַטן פֿאַר מוזיקער, זינגער, קינסטלער און אַקטיאָרן און מע וועט אויך האַלטן רעפֿעראַטן וועגן אַלע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור. אַזוי ווי פֿאַראַיאָרן וועט מען מאַכן אַ גאַלאַ־קאָנצערט, אויף וועלכן מע וועט צוטיילן די יערלעכע פּרעמיע לזכר חנה קופּער ז׳׳ל. די הײַיאָרקע לאַוורעאַטקע וועט זײַן די פּאָעטעסע און אַקטיוויסטקע אירענאַ קלעפּפֿיש.

נאָך אינפֿאָרמאַציע: //www.yiddishnewyork.com