דער נײַער אינטערעס צו רוסיש־ייִדישער ליטעראַטור האָט שױן מחיה־מתים געװען עטלעכע פֿאַרגעסענע נעמען, צװישן זײ — סעמיון געכט, וואָס איז געבוירן געוואָרן בערך אין 1903 און געשטאָרבן אין 1963.
אײגנטלעך איז זײַן ייִדישער נאָמען מסתּמא געװען אַבֿרהם שלמה, אָבער דאָס איז אײנער פֿון די פֿאַקטן פֿון זײַן לעבן, בײַגלײַך מיט דער דאַטע פֿון זײַן געבורט, װאָס בלײַבן עד־היום ניט באַקאַנט. װאָס איז יאָ קלאָר איז זײַן אָנגעהעריקײט צו דער אַזױ־גערופֿענער „דרום־מערבֿדיקער שיטה‟ אין דער רוסישער ליטעראַטור, װאָס האָט זיך אױסגעפֿורעמט דער עיקר אין אָדעס אין די 1910ער — 1920ער יאָרן. דער סאַמע באַרימטער פֿאָרשטײער אירער איז געװען יצחק באַבעל, און זײַן השפּעה איז גאַנץ בולט אױף געכטס װערק. געכטס איבערזעצונגען פֿון שלום־עליכם זײַנען אַרײַן אין דער צװײ־בענדיקער רוסישער אױסגאַבע אונטער באַבעלס רעדאַקציע.
געכטס גורל איז געװען גליקלעכער פֿון באַבעלס. מען האָט אים אַרעסטירט אין 1944, אָבער ער איז באַפֿרײַט געװאָרן אין 1952 און האָט ממשיך געװען זײַן ליטעראַרישע טעטיקײט. אין 2010 איז אין אָדעס אַרױס אַ זאַמלונג פֿון זײַן פּראָזע פֿון די 1920ער יאָרן, און הײַיאָר איז אין מאָסקװע דערשינען אײנע פֿון די סאַמע מערקװירדיקסטע װערק זײַנע, דער קורצער ראָמאַן — „די שיף פֿאָרט קײן יפֿו און צוריק‟. אָנגעשריבן אױפֿן שװעל פֿון די 1930ער יאָרן, איז דאָס דאָזיקע ביכל לכתּחילה אַרױס אין 1936 און האָט ניט אַרױסגערופֿן קײן סך אינטערעס. דאָס האָט מסתּמא געראַטעװעט דעם מחבר פֿון מעגלעכע באַשולדיקונגען אין ציוניסטישע סימפּאַטיעס.
דער תּוך פֿון „די שיף פֿאָרט קײן יפֿו און צוריק‟ איז אַ טרױעריקע געשיכטע װעגן דעם שװערן לעבן פֿון חלוצים אין ארץ־ישׂראל. די פּעסימיסטישע מעשׂה װעגן אַן עולה פֿון אָדעס, װעלכער װערט בהדרגה אַנטױשט אין דעם ציוניסטישן חלום, איז אַנטקעגנגעשטעלט דער אָפּטימיסטישער פּראָפּאַגאַנדע פֿון ביראָבידזשאַן. געכט איז אַ סך אַרומגעפֿאָרן איבערן סאָװעטן–פֿאַרבאַנד און אָנגעשריבן אַ היפּשע צאָל רעפּאָרטאַזשן און פֿאַרצײכענונגען װעגן פֿאַרשידענע טײלן פֿונעם לאַנד. אָבער ער איז קײן מאָל ניט געװען אין ארץ־ישׂראל, און ניט געקוקט אױף דעם זײַנען זײַנע שילדערונגען פֿון לאַנדשאַפֿטן, מענטשן און געשעענישן פּינקטלעך און אױסדריקלעך. זײ קומען אַרױס אַ סך לעבעדיקער אײדער די שאַבלאָנישע בילדער פֿון ביראָבידזשאַן.
לכאורה האָט זיך געכט שטאַרק אינטערעסירט מיטן ייִדישן לעבן אין ארץ־ישׂראל, בפֿרט אַז אַ צאָל פֿון זײַנע אָדעסער באַקאַנטע זײַנען אַװעקגעפֿאָרן דאָרט נאָך דער רעװאָלוציע. אין אַ היפּשער מאָס איז דאָס אַן „אָדעסער‟ געשיכטע, װאָס קומט פֿאָר אין תּל־אָבֿיבֿ, ירושלים און אין די קיבוצים. די פּערסאָנאַזשן זײַנען ממשיך זײערע װיכּוחים װעגן דער ייִדישער צוקונפֿט, װעגן צילן און מיטלען פֿונעם ציוניסטישן פּראָיעקט, און װעגן די מניעות צו זײַן קיום.
געכט איז אַ מײַסטער פֿון אַ לעבעדיקן דעטאַל און פֿון קורצער און שאַרפֿער פּסיכאָלאָגישער כאַראַקטעריסטיק. זײַן הױפּטהעלד אלכּסנדר גאָרדאָן, אַן אָדעסער אינטעליגענט, גײט אַריבער פֿון אײן סבֿיבֿה צו דער אַנדערער, פֿון פֿרומע ייִדן אין ירושלים צו חלוצים אינעם ייִשובֿ „קדימה‟ און װײַטער צו די תּל־אָבֿיבֿער בירגערלעכע יורדים. ער װערט אַלץ מער פֿאַרפּלאָנטערט און פֿאַרלױרן אין זײַנע װאַנדערונגען צװישן ביז גאָר פֿאַרשידענע פּאָליטישע גרופּעס, װאָס פֿאָדערן פֿון אים אַ פֿולקומע מסירת־נפֿש צו זײער ציל.
אלכּסנדר גאָרדאָן איז אַ קלאַסישער „תּלוש‟, אַן „אָפּגעריסענער בלאַט‟, װאָס איז געװען אַ פּאָפּולערע פֿיגור בפֿרט אין דער העברעיִשער ליטעראַטור פֿון יענער צײַט ווי, למשל, אין די װערק פֿון י. ח. ברענער, אהרן ראובֿני, און ש. י. עגנון. אַן אינטעליגענטער און סענסיטיװער יונגערמאַן, װאָס איז אױפֿגעצױגן געװאָרן אין דער רוסישער קולטור אָבער פֿאַרמאָגט אױך אַ ייִדישע בילדונג, דינט ער װי אַ פּאַסיקער ליטעראַרישער מכשיר פֿאַר שילדערן די בונטע פּאַנאָראַמע פֿונעם ייִדישן לעבן. זײַן קריטישער שׂכל לאָזט אים גלײַך דערקענען מאָראַלישע און לאָגישע חסרונות אין כּלערלײ אידעאָלאָגיעס. אַזאַ מין פּערזענלעכקײט האָט ניט קײן אָרט אין דער שטאַרק אידעאָלאָגיזירטער געזעלשאַפֿט פֿון ארץ־ישׂראל, װוּ יעדער אײנער מוז זײַן אַ מיטגליד אין אַ געװיסער קבֿוצה.
עס איז אַ רעטעניש פֿון װאַנען האָט געכט געשעפּט זײַנע קענטענישן װעגן ארץ־ישׂראל. די אָדעסער ליטעראַטור־פֿאָרשערין אַלענאַ יאַװאָרסקאַיאַ האַלט, אַז זײַן מעגלעכער מקור איז געװען יעקבֿ בליומקין, אַ באַקאַנטער פּראָװאָקאַטאָר און אַגענט פֿון דער סאָװעטישער געהײם־פּאָליצײ. בליומקין האָט זיך באַזעצט אין יפֿו אין 1923 און געעפֿנט דאָרט אַ װעשערײַ װי אַן אָנשטעל פֿאַר זאַמלען אינפֿאָרמאַציע פֿאַר דער סאָװעטישער אױסשפּיר־דינסט. נאָך זײַן אומקערן זיך קײן מאָסקװע איז ער געװען אַן אַרײַנגײער אין די ליטעראַרישע סאַלאָנען און איז געװען אױך גוט באַקאַנט מיט זײַן אָדעסער לאַנדסמאַן געכט.
ניט געקוקט אױף זײַן בולטער אידעאָלאָגישקײט איז „די שיף פֿאָרט קײן יפֿו און צוריק‟ אַ װערק פֿון גוטער ליטעראַרישער קװאַליטעט. אין תּוך גענומען איז דאָס אַ בוך ניט װעגן ביראָבידזשאַן און אַפֿילו ניט װעגן ארץ־ישׂראל גופֿא, נאָר װעגן אָדעס, װאָס איז מער ניטאָ. אַזױ װי װלאַדימיר זשאַבאָטינסקי, װאָס האָט פּאָליטיש געהערט צו דעם צד־שכּנגד, איז געכט נאָסטאַלגיש נאָך דער שטאָט בײַם שװאַרצן ים, װוּ אידעאָלאָגישע און פּאָליטישע חילוקי־דעות האָבן ניט געשטערט מענטשן הנאה צו האָבן פֿון איר פֿרײַער און ליבעראַלער אַטמאָספֿער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.