אין זײַן צײַט איז דער זינגער, קאָמיקער, ראַדיאָ־שטערן און בינע־קינסטלער עדי קאַנטאָר געווען איינע פֿון די באַליבסטע פּערזענלעכקייטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
כאָטש ער האָט ווי אַ דערוואַקסענער געשפּילט כּמעט אויסשליסלעך אויף ענגליש, איז ער אויך געווען אַקטיוו אויף ייִדיש — ווי אַ שרײַבער. דאָס האָט מען לעצטנס אַנטדעקט בײַם „ייִוואָ‟, ווען מע האָט געפֿונען אַ שאַכטל מיט פֿאַרגעלטע אויסשניטן פֿון דער צײַטונג „דער מאָרגן־זשורנאַל‟, אויף וועלכן עס זענען דערשינען די זכרונות, וואָס קאַנטאָר האָט געשריבן וועגן זײַן קינדהייט און יונגט.
שרײַבנדיק אויף דער וועבזײַט פֿונעם „ייִוואָ‟, דערקלערט ד׳׳ר אַליסאַ קווינט, דער אָרגאַניזאַציעס ערשטע „ווילנע־זאַמלונג־פֿאָרשערין‟, אַז ניט געקוקט אויף דעם וואָס די זכרונות זענען דערשינען אין המשכים אין ניו־יאָרק, האָט מען זיך נאָר דערוווּסט וועגן זיי אַ דאַנק די טעאַטער־זאַמלונגען, וואָס האָבן זיך אָפּגעהיט בײַם ווילנער „ייִוואָ‟. זאַמלער אין אַמעריקע פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן, אַ פּנים, געשיקט די אויסשניטן קיין ווילנע.
אין זײַנע זכרונות באַשרײַבט קאַנטאָר (פֿון דער היים: ישׁראל איזקאָוויטש) וועגן זײַנע שווערע יונגע יאָרן. זײַן מאַמע איז געשטאָרבן אין קימפּעט ווען קאַנטאָר איז נאָך געווען אַן עופֿעלע, און זײַן פֿאָטער איז אויסגעגאַנגען פֿון אַ לונגען־אָנצינדונג מיט אַ יאָר שפּעטער. אויפֿגעהאָדעוועט געוואָרן דורך דער באָבען, האָט דאָס ייִנגל געהאַט דעם שם פֿון אַ שטיקל שטיפֿער. שפּילנדיק אויף דער גאַס לעבן די ביוראָען פֿונעם „מאָרגן־זשורנאַל‟, האָט ער געמאַטערט אַ פּאָר זשורנאַליסטן דאָרטן מיט זײַן שפּילן. ווען זיי האָבן זיך אָבער דערוווּסט, אַז ער איז אַ יתום, האָבן זיי אים ווײַטער געלאָזט שפּילן. ד׳׳ר קווינט האַלט, אַז די סצענע וועט מסתּמא דערמאָנען די לייענער אין שלום־עליכמס „מאָטל פּייסי דעם חזנס‟.
אין די 1950ער יאָרן האָט קאַנטאָר, וואָס האָט צו יענער צײַט מער ניט געקענט אויפֿטרעטן צוליב שווערע פּראָבלעמען מיטן האַרץ, אָנגעשריבן נאָך צוויי מעמואַרן. דאָס מאָל זענען זײַנע זכרונות דערשינען אויף ענגליש ווי ביכער דורכן פּרעסטיזשפֿולן פֿאַרלאַג „דאָבלדיי‟. די טעמאַטיק פֿון זײַנע שפּעטערדיקע ביכער זכרונות זענען זייער אַנדערש פֿון זײַנע ייִדישע מעמואַרן, לייגנדיק דעם טראָפּ אויף זײַן האָליוווּד־קאַריערע און זײַן פֿרוי און קינדער. אַ דאַנק דעם צײַטונג־אויסשניט פֿון זײַנע זכרונות אויף ייִדיש, וועט מען קענען באַקומען אַ מער פֿולפֿאַרביק בילד פֿונעם באַליבטן קאָמיקער ווי אַ קינד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.