אויף דר׳ערד ליגט אַ ריזיקע אומבאַוועגלעכע פֿיגור געמאַכט פֿון הילצערנע ייִדישע אותיות, און ס׳דאַכט זיך דעם צוקוקער אַז בלויז עטלעכע כּישוף־שפּראָכן וועלן קענען מחיה־מתים זײַן דאָס באַשעפֿעניש.
די אָ סקולפּטור, געשאַפֿן פֿון דעם קאַליפֿאָרניער קינסטלער יהושע אַברבנל, פֿיגורירט צווישן 250 אַנדערע אָביעקטן אין דער נײַער „גולם“־אויסשטעלונג, וואָס עפֿנט זיך די וואָך אינעם בערלינער ייִדישן מוזיי. די אויסשטעלונג באַציט זיך צו דער טעמע גולם אויף אַ פֿילמיניקן און נישט־געוויינטלעכן שטייגער.
די לעגענדע פֿונעם גולם איז באַקאַנט געוואָרן דער ברייטער וועלט דורך אַ מעשׂה וועגן דעם פּראָגער רבֿ ר׳ יהודה לייב (דער מהר״ל) אינעם 16טן יאָרהונדערט. דער מהר״ל האָט געשאַפֿן אַזאַ ליימענעם גולם וואָס האָט געזאָלט באַשיצן די פּראָגער ייִדן פֿון רדיפֿות, אָבער דאָס באַשעפֿעניש האָט אין זיך אויך געהאַט אַ פֿינצטערן שטריך: אָפֿט מאָל האָט ער פֿאַרלוירן די שליטה איבער זיך, און זײַנע איבערמענטשלעכע כּוחות זענען געוואָרן אַ סכּנה פֿאַר זײַן באַשאַפֿער. לויטן דירעקטאָר פֿונעם מוזיי, פּיטער שייפֿער, האָט דער גולם אַ לאַנגע געשיכטע, סײַ אין די רעמען פֿון ייִדישקייט, סײַ מחוץ דעם. די געשיכטע הייבט זיך אָן מיטן תּנך און לעבט נאָך עד־היום אין פֿאַרשידענע גילגולים.
אין דער אויסשטעלונג געפֿינט מען שפּראָכן, ריטואַלן און פֿאַרשידענע קאָמבינאַציעס ייִדישע אותיות וואָס זאָלן קענען דעם גולם מחיה־מתים זײַן. ווידעאָס, קאָסטיומען און אינסטאַלאַציעס פֿון 30 הײַנטצײַטיקע קינסטלערס פֿון ישׂראל, די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אַנדערש וווּ, ווײַזן אָן אויף די טראַדיציאָנעלע און הײַנטוועלטיקע גילגולים פֿונעם גולם.
למשל, דער שפּאַנישער אַרטיסט כאָרכע גיל האָט געשאַפֿן אַן אינסטאַלאַציע מיט דרײַ באַשעפֿענישן אין פּליושענע, געלע קאָקאָנעס וואָס הענגען מיטן קאָפּ אַראָפּ פֿון דער סטעליע. נאָר די פּנימער, געמאַכטע פֿון מאַנעקענען, זעען זיך אָן, אָבער אַ פֿערטער ליידיקער קאָקאָן וואָס ליגט אויף דר׳ערד איז אַ רמז אויף דעם אַז די שטײַפֿע ליאַלקעס האַלטן אָט־אָט בײַם באַלעבט ווערן.
די אינסטאַלאַציע „מײַן ליכט איז דײַן לעבן“ פֿונעם טשעכישן קינסטלער קריסטאָף קינטעראַ איז אַזש 4 מעטער (13 פֿוס) הויך. געמאַכט פֿון צענדליקער לעמפּלעך און לאָמפּן און שוואַרצע שטריקלעך, שטעלט עס מיט זיך פֿאָר אַ ליכטסקולפּטור, מיט הענט, פֿיס און אַ קײַלעכיקן קאָפּ געקרוינט מיט אַ ליכטרינג.
ווײַטער קען מען דאָ זען קאַריקאַטורן, קאַרטונען, און ווידעאָשפּיל־סטאַנציעס וואָס ווײַזן ווי אַזוי דער גולם האָט זיך אַנטוויקלט אין משך פֿון די יאָרן אין אַ פֿיגור פֿון דער פּאָפּקולטור: סײַ ווי אַ סופּערהעלד סײַ ווי אַ מאָנסטער; סײַ ווי סופּערמאַן, סײַ ווי קינג־קאָנג.
חוץ דעם איז דער גולם געוואָרן אַ מעטאַפֿאָר פֿאַר מאָדערנע וויסנשאַפֿטלעכע און פּאָליטישע אַנטוויקלונגען וואָס שטייען חלילה אין סכּנה פֿון ווערן אומבאַהערשט.
„דער פֿאַרצײַטישער מענטשלעכער חלום צו שאַפֿן קינסטלעכע באַשעפֿענישן האָט אַ דירעקט שײַכות מיט דער הײַנטיקער וועלט: די גענעטישע טעכנאָלאָגיע און קינסטלעכע אינטעליגענץ, קאָמפּיוטערס און ראָבאָטן“, האָט שייפֿער געגעבן צו פֿאַרשטיין, „זענען אַלע פּרוּוון צו שאַפֿן אַ מין גולם“.
די אויסשטעלונג וועט אָנגיין ביזן 29סטן יאַנואַר 2017.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.