דער געדאַנק אַז אַ סך חסידים נאַרן אָפּ די רעגירונג צו באַקומען בענעפֿיטן וואָס עס קומען זיי ניט, איז שוין אַזוי פֿאַרשפּרייט צווישן די ניו־יאָרקער, אַז ס׳איז געוואָרן אַ מין סטערעאָטיפּ. ניט געקוקט אויף דעם, אָבער, קומט עס זעלטן פֿאָר, וואָס די פּראָקוראָרן קלאָגן טאַקע אָן חסידים פֿאַרן שווינדלען די רעגירונג אויף אַזאַ אופֿן.
דינסטיק האָבן פּריט באַראַראַ — דער פֿעדעראַלער פּראָקוראָר פֿאַר דרום־ניו־יאָרק, און מאַרק פּיטערס — דער קאָמיסיאָנער פֿונעם ניו־יאָרק שטאָטישן „דעפּאַרטמענט פֿון אויספֿאָשונגען‟ (DOI) אַנאָנסירט, אַז זיי קלאָגן אָן זעקס מענטשן פֿאַרן אָנטייל נעמען אין שווינדלערײַען, וואָס גייען אָן שוין יאָרן לאַנג.
די פּראָקוראָרן טענהן, אַז די אָנגעקלאָגטע האָבן דורכגעפֿירט פֿאַרשידענע דריידלעך צו באַהאַלטן ריזיקע סומעס געלט, ווי אויך דירות און געשעפֿטן וואָס זיי האָבן פֿאַרמאָגט, כּדי צו געניסן פֿון מלוכישע פּראָגראַמען צו העלפֿן אָרעמע־לײַט. בסך־הכּל שאַצט מען אָפּ, אַז די פֿאַרדעכטיקטע שווינדלער האָבן באַקומען מער ווי 1.3 מיליאָן דאַלאַר פֿון רעגירונגס־בענעפֿיטן.
דינסטיק האָט מען אַרעסטירט די פֿאַרדעכטיקע נאָך אַן אָבלאָווע און מע האָט זיי באַלד געשטעלט צום געריכט. די זעקס אָנגעקלאָגטע הייסן שלמה קוביטשוק, רחל קוביטשוק, נפֿתּלי ענגלענדער, הינדע ענגלענדער, לייב טייטלבוים און דבֿורה טייטלבוים.
לויט די באַשולדיקונגען האָבן שלמה קוביטשוק, רחל קוביטשוק, נפֿתּלי ענגלענדער און הינדע ענגלענדער, במשך פֿון 16 יאָר, אָנגעפֿירט מיט פֿאַרשידענע קונצן צו באַקומען אומזיסט עסן, געזונט־פֿאַרזיכערונג און געלט אויפֿצוצאָלן דירה־געלט. מע שאַצטּ, אַז זיי האָבן געגנבֿעט מער ווי 980,000$ פֿון דער רעגירונג, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס זיי פֿאַרמאָגן דירות וואָס זענען ווערט מיליאָנען.
לויט די באַשולדיקונגען האָבן לייב און דבֿורה טייטלבאַום געגנבֿעט מער ווי 300,000$ פֿון דער רעגירונג במשך פֿון נײַן יאָר דורך ענלעכע דריידלעך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.