די ערשטע ידיעה פֿון הײַנט קומט פֿון דעם ערשטן ייִדישן מוזיי אין מאָסקווע — אַ קליינער פּריוואַטער מוזיי, וואָס האָט אָבער אַ רײַכע זאַמלונג בילדער, פֿאָטאָגראַפֿיעס און דאָקומענטן. אין דער זאַמלונג האָט מען געפֿונען אַ ווערטפֿולן דאָקומענט — אַ בריוו פֿון דער שוועדישער אַמבאַסאַדע צו לאַזאַר קאַגאַנאָוויטש, וואָס איז אַ מאָל געווען אַ מיניסטער פֿון דער סאָוועטישער רעגירונג און האָט פֿאַרנומען אַ הויכע שטעלע אין דער קאָמינוסטישער פּאַרטיי.
דער בריוו שטאַמט פֿון 1990 (איין יאָר פֿאַר קאַגאַנאָוויטשעס טויט). דער בריוו דערציילט וועגן לאַנגע און צאָלרײַכע פּרוּוון אויסצוקלערן דעם גורל פֿונעם באַרימטן חסיד אומות העולם ראַול וואַלענבערג (וואָס איז נעלם געוואָרן ערגעצוווּ אין ראַטן־פֿאַרבאַנד), און אַ בקשה מיטצוטיילן, וואָס קאַגאַנאָוויטש ווייסט וועגן וואַלענבערגס גורל. דער מוזיי האָט איבערגעגעבן דעם בריוו צו דער אינטערנאַציאָנאַלער געזעלשאַפֿט „מעמאָריאַל‟, וואָס פֿאָרשט סטאַלינס רעפּרעסיעס.
די משפּחה פֿון ראַול וואַלענבערג האָט זיך געוואָנדן צו דער רוסישער מלוכה מיט דער בקשה איבערצוגעבן אירע פּראָטאָקאָלן פֿון פֿאַרהערן פֿונעם געוועזענעם זיכערקייט־מיניסטער וויקטאָר אַבאַקומאָוו. די סיבה באַשטייט אין דעם, וואָס אַנומלט איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַ טעקסט, אין וועלכן עס ווערט געטענהט, אַז ווען אַבאַקומאָוו איז אַרעסטירט געוואָרן, האָט ער מכּלומרשט דערציילט אויף דעם פֿאַרהער, אַז ער האָט דערהרגעט וואַלענבערגן לויט סטאַלינס באַפֿעל.
דער גורל פֿון וואַלענבערג איז נאָך ניט באַקאַנט. מען ווייסט נאָר, אַז אין 1945 איז ער אַרעסטירט געוואָרן. אַ פּנים, איז ער ניפֿטר געוואָרן אַ פּאָר יאָרן שפּעטער איו תּפֿיסה. דער משפּחה פֿון וואַלענבערג און די אויסלענדישע היסטאָריקער פֿעלן די דאָקומענטן, וואָס זאָלן אָפּשפּיגלען זײַן גורל נאָך דער מלחמה און די אומשטאַנדן פֿון זײַן אומקום.
צו די אַנדערע נײַעס. דער אַנדערער מאָסקווער ייִדישער מוזיי, דער נײַער, שטעלט פֿאָר אַ ריי רעפֿעראַטן, געווידמעטע דעם ייִדישן לבֿוש. עס האַלט די רעפֿעראַטן דער קונסט־פֿאָרשער אַנדריי באָראָווסקי. דעם 20סטן סעפּטעמבער האָט ער דערציילט וועגן דער ייִדישער פֿרויען־קליידונג און דעם באַלאַנס פֿון צניעות און מאָדע, און זײַן רעפֿעראַט פֿון דעם 27סטן סעפּטעמבער איז געווידמעט געווען דער קליידונג ווי דער סימן פֿון ייִדישן אידענטיטעט.
דער באַרימטער ישׂראלדיקער פֿאַרמאַצעווטישער קאָנצערן „טבֿע‟, וואָס פֿאַרקויפֿט שוין לאַנג זײַן פּראָדוקציע אין רוסלאַנד, וויל פֿאַרברייטן איר אויסאַרבעטונג אין רוסלאַנד. דער ענין ווערט באַטראַכט ווי באַזונדערס וויכטיק פֿאַר מדינת־ישׂראל: פֿון דער ישׂראלדיקער זײַט האָט דעם אָפּמאַך אונטערגעשריבן דער אַבסאָרבציע־מיניסטער זאבֿ עלקין. אינעם אָפּמאַך גייט די רייד וועגן צוזאַמענאַרבעט צווישן „טבֿע‟ און רוסלענדישע פֿאַרמאַצעווטישע קאָמפּאַניעס, און וועגן נײַע זאַוואָדן, וואָס „טבֿע‟ פּלאַנירט אויפֿצובויען אין רוסלאַנד. „טבֿע‟ האָט שוין איין אַזאַ זאַוואָד — אין דער שטאָט יאַראָסלאַוול (ניט ווײַט פֿון מאָסקווע).
אַ ידיעה פֿון דער וועלט פֿון טעאַטער. אין איינעם פֿון די בעסטע טעאַטערס אין מאָסקווע, „טאַבאַקערקע‟, ווערט געעפֿנט אַ נײַע בינע. דער ערשטער ספּעקטאַקל, וואָס וועט דאָרטן אויפֿגעפֿירט ווערן, איז „מאַטראָסקאַיאַ טישינאַ‟ פֿונעם באַרימטן פּאָעט און זינגער אַלכּסנדר גאַליטש. „מאַטראָסקאַיאַ טישינאַ‟ איז אַ נאָמען פֿון אַ באַרימטער תּפֿיסה אין מאָסקווע, און די פּיעסע דערציילט אַ טראַגישע געשיכטע פֿון דרײַ דורות פֿון דער ייִדישער משפּחה שוואַרץ, וואָס לעבן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָבן אַמביציעס צו ווערן גרויסע מוזיקער, גייען אויפֿן פֿראָנט, קעמפֿן און לעבן. די פּיעסע איז געשריבן געוואָרן אין 1958 און איז לאַנגע יאָרן פֿאַרווערט געוואָרן. איצט ווערט זי אויפֿגעפֿירט פֿונעם באַרימטן רוסלענדישן אַקטיאָר אָלעג טאַבאַקאָוו, און עס שפּילן אין דעם ספּעקטאַקל זײַנע תּלמידים.
און די לעצטע ידיעה פֿון הײַנט קומט פֿון פּעטערבורג. דאָרטן איז דעם 27סטן סעפּטעמבער געעפֿנט געוואָרן אַן אויסשטעלונג, געווידמעט דעם גרויסן רוסישן פּאָעט פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, אָסיפּ מאַנדעלשטאַם, לכּבֿוד 125 יאָר פֿון זײַן געבוירן. די אויסשטעלונג דערציילט ניט וועגן זײַן ביאָגראַפֿיע, נאָר וועגן זײַן שאַפֿן, פּאָעטיק, וועגן געשטאַלטן אין זײַנע לידער. עס ווערן אויסגעשטעלט אויסגאַבעס פֿון זײַנע לידער, אויטאָגראַפֿן און אמתע זאַכן וואָס האָבן געהערט צו מאַנדערשטאַמען. אויסגעפֿורעמט די אויסשטעלונג האָט דער טעאַטער־קינסטלער עמיל קאַפּעליוש, וואָס האָט געשאַפֿן דעקאָראַציעס צו מער ווי 250 ספּעקטאַקלען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.