אינעם איצטיקן נומער שרײַבט דער מעמפֿיס־געבוירענער משהלע (מאַריאָ) אַלפֿאָנסאָ וועגן זײַן לאַנגער אייגנאַרטיקער רײַזע צו ווערן אַ ייִד; אייגנאַרטיק — נישט בלויז צוליב דעם וואָס ער האָט זיך פֿאַראינטערעסירט אין ייִדישקייט ווי אַן 11־יאָריקער תּלמיד אין אַ קאַטוילישער שול, נאָר ווײַל פֿון אָנהייב אָן, איז זײַן אינטערעס געווען געקניפּט און געבונדן מיט אַ באַגער זיך אויסצולערנען די ייִדישע שפּראַך.
ווי משהלע דערציילט אויף זײַט 9, איז זײַן אינטערעס צום ייִדישן פֿאָלק אינספּירירט געוואָרן דורכן לייענען אַנע פֿראַנקס טאָגבוך. וואָס מער ער האָט זיך דערוווּסט וועגן דעם חורבן, וועגן דעם ייִדישן פֿאָלק און מנהגים, אַלץ מער האָט ער פֿאַרשטאַנען די וויכטיקע ראָלע, וואָס ייִדיש האָט געשפּילט אין דער ייִדישער — בפֿרט דער אַשכּנזישער — קולטור־ירושה.
אַ שאָד וואָס אַזוי ווייניק „דזשויִש‟ אינסטיטוציעס פֿאַרשטייען דאָס וואָס דאָס 11־יאָריקע ייִנגל האָט אינסטינקטיוו דערפֿילט. וויפֿל טאָגשולן, אַפֿילו ווען זיי לערנען קלאַסן וועגן דעם חורבן, באַקענען זייערע תּלמידים בכלל מיט דער ייִדישער שפּראַך? דאָ רעד איך אַפֿילו נישט וועגן אויסלערנען די תּלמידים ייִדיש, נאָר בלויז ווײַזן זיי פֿילמען אָדער ווידעאָס אויף ייִדיש (מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך), כּדי זיי זאָלן הערן דאָס ייִדישע וואָרט, און זיך אפֿשר אויסלערנען אַ פּאָר ווערטער און אויסדרוקן.
דאָס זעלבע קען מען זאָגן וועגן די ייִדישע מוזייען. הײַיאָר האָט דער „מוזיי פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק‟ (נישט קיין ייִדישע אינסטיטוציע) געהאַט אַ פּרעכטיקע אויסשטעלונג וועגן דעם ייִדישן טעאַטער, בשעת דער אָנגעזעענער „ייִדישער מוזיי‟ אויף 92סטער גאַס האָט זעלטן ווען אַן אויסשטעלונג אין שײַכות מיט ייִדיש, כאָטש דאָס איז אַמאָל געווען דאָס טאָג־טעגלעכע לשון פֿון הונדערטער טויזנטער ניו־יאָרקער ייִדן.
משהלעס פֿאַרכאַפּנדיקע געשיכטע איז ספּעציעל חל אין די האַרבסטטעג, אינעם זמן פֿון די ימים־נוראָים, ווײַל פּונקט ווי אַ גר מאַכט דורך אַ מין גלגול ווען ער נעמט אָן דעם ייִדישן גלויבן, און הייבט אַלץ אָן פֿון ס׳נײַ, אַזוי שאַפֿן ראש־השנה און יום־כּיפּור אויך אַ געלעגנהייט פֿאַר אונדז, די ליבהאָבער פֿון ייִדיש, זיך אָפּצוגעבן אַ חשבון־הנפֿש וועגן די זאַכן וואָס מיר האָבן הײַיאָר געטאָן לטובֿת דער ייִדישער שפּראַך — ווי אויך יענע זאַכן, וואָס מיר וואָלטן אפֿשר געקאָנט טאָן בעסער אינעם קומעדיקן יאָר.
הגם אַלע וואָס האָבן אַ שײַכות צו ייִדיש טוען במילא אַ גרויסע מיצווה, זענען פֿאָרט דאָ געלעגנהייטן ווי מיר קענען זיך אַ ביסעלע פֿאַרבעסערן. ווי גייט דאָס ווערטל: אַ ביסל און אַ ביסל מאַכט אַ פֿולע שיסל…
איך האָב אַליין לעצטנס זיך אָפּגעגעבן אַזאַ חשבון־הנפֿש, און ס׳איז מיר געווען אינטערעסאַנט, זעענדיק וועלכע פֿראַגעס זענען מיר אײַנגעפֿאַלן; אין אַ געוויסן זינען האָט זיך עס געפֿילט ווי אַ מין ייִדישיסטישער על־חטא. אָט זענען אַ פּאָר פֿון די קשיות, וואָס איך האָב זיך געשטעלט, וואָס איך האָב דאָ צוגעפּאַסט צו ייִדיש־קענער פֿון פֿאַרשידענע מדרגות:
צי האָב איך במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם חודש געלייענט אַ ייִדיש בוך? אָדער אויב דאָס איז צו שווער — אַ ייִדיש ליד אָדער דערציילונג?
צי האָב איך קרובֿים אָדער פֿרײַנד מיט וועמען איך וואָלט געקענט רעדן ייִדיש, אָבער מיר רעדן צווישן זיך אַן אַנדער שפּראַך, ווײַל ס׳איז גרינגער אַזוי?
צי האָב איך לעצטנס געגעבן אַ בײַשטײַער צו אַן אינסטיטוציע וואָס שטיצט די ייִדישע שפּראַך אָדער קולטור?
צי בין איך לעצטנס געגאַנגען אָדער געפֿאָרן אויף אַ ייִדישער אונטערנעמונג?
צי האָב איך זיך געטראָפֿן מיט ייִדיש־רעדנדיקע געסט פֿון אויסלאַנד? און אויב יאָ, צי האָב איך זיי געלאָזט וויסן וועגן די ייִדישע אונטערנעמונגען וואָס וועלן פֿאָרקומען במשך פֿון דער צײַט וואָס זיי געפֿינען זיך אין שטאָט?
צי האָב איך אין די שבתים און ייִדישע יום־טובֿים געזונגען ייִדישע לידער?
בײַ די וואָס זענען אויף „פֿייסבוק‟: צי האָב איך אויף מײַן זײַט געשטעלט מאַטעריאַלן אויף ייִדיש? (אַ ליד, אַ ווידעאָ אָדער אַפֿילו אַ ייִדישן וויץ)
צי האָב איך זיך באַמיט, אין בליצבריוו און טעקסטלעך, צו שרײַבן ייִדיש מיטן ייִדישן אַלף־בית, אַנשטאָט מיט לאַטײַנישע אותיות?
ווען איך רעד מיט מײַנע קינדער אָדער אייניקלעך, ניץ איך אָפֿט ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן? זינג איך פֿאַר זיי ייִדישע שלאָפֿלידער?
דער סעקולערער ייִדישער פֿילאָסאָף פֿראַנץ ראָזענצווײַג פֿלעגט זאָגן, אַז כאָטש ער אַליין היט נישט קיין מיצוות, האָט ער אַ גרויסן דרך־ארץ פֿאַר די ייִדן, וואָס טוען עס יאָ, און דערפֿאַר, ווען מע פֿלעגט אים פֿרעגן צי ער לייגט תּפֿילין, פֿלעגט ער תּמיד ענטפֿערן: „נאָך נישט‟.
זאָל ראָזענצווײַגס אָפּטימיסטישער צוגאַנג און באַגער זיך צו פֿאַרבעסערן, אונדז אַלעמען אינספּירירן צו גיין, פֿון יאָר צו יאָר, מיט איין שטאַפּל העכער.
אַ זיס, געבענטשט יאָר אײַך אַלעמען!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.