די לייענער פֿון אונדזער צײַטונג זענען שוין באַקאַנט מיטן פֿיליפּינער פּרעזידענט ראָדריגאָ דוטערטע, וואָס האַלט, אַז מע זאָל דערשיסן גלײַך אויפֿן אָרט יעדן נאַרקאָטיק־הענדלער אָדער באַניצער פֿון נאַרקאָטיק וואָס מע זעט נאָר. שרײַבנדיק לעצטנס אינעם „פֿאָרווערטס‟ האָט איציק בלימאַן דערקלערט, אַז איינע פֿון די קאָנטראָווערסיעלע זאַכן וואָס דוטערטע האָט געזאָגט איז געווען צום טייל אַ מיספֿאַרשטענדעניש צוליב אַ טעות בײַם איבערזעצן אַ קללה אויף טאַגאָליש, די הויפּט־שפּראַך פֿונעם לאַנד.
לעצטנס האָט דער פֿיליפּינער פּרעזידענט נאָך אַ מאָל אַרויסגערופֿן אַ סקאַנדאַל צוליב עפּעס וואָס ער האָט געזאָגט בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ. דאָס מאָל, אָבער, האָט די קאָנטראָווערסיע ניט צו טאָן מיט קיין שלעכטער איבערזעצונג: דער פּרעזידענט האָט גערעדט אויף ענגליש.
אין אַ רעדע צו פּאָליציאַנטן און מיליטער־לײַט וועגן זײַן פּאָליטיק פֿון באַצאָלן ציווילע־לײַט צו דערהרגענען נאַרקאָטיק־הענדלער, האָט דוטערטע זיך אַליין פֿאַרגליכן צו היטלערן.
„היטלער האָט אויסגעשאָכטן דרײַ מיליאָן ייִדן,‟ האָט דוטערטע געזאָגט. „עס זענען דאָ הײַנט דרײַ מיליאָן נאַרקאָמאַנען אין לאַנד. איך וואָלט גערן געוואָלט זיי אַלע אויסשעכטן. דײַטשלאַנד האָט כאָטש געהאַט היטלער. די פֿיליפּינען האָבן מיך.‟
דוטערטעס רעדע האָט, פֿאַרשטייט זיך, שאָקירט מענטשן איבער דער וועלט. ראָנאַלד לאַודער, דער פּרעזידענט פֿונעם „אַלוועלטלעכן ייִדישן קאָנגרעס‟, האָט אין זײַן אָפּרוף צום פֿיליפּינער פּרעזידענט געזאָגט, אַז דוטערטערס באַמערקונגען זענען געווען „עקלדיק‟ און אַז ער מוז זיי צוריקציִען און בעטן מחילה.
„מיר האָבן נאָר וואָס אָפּגעמערקט 75 יאָר זינט דער שחיטה אין באַבי־יאַר פֿון איבער 33,000 ייִדן‟ האָט לאַודער דערקלערט „סי־ען־ען‟. „און איצט זאָגט דער דערוויילטער פּרעזידענט פֿון די פֿיליפּינען, אַז מע זאָל דורכפֿירן אַ מאַסן־מאָרד איבער די, וואָס זענען אַדיקטירט צו נאַרקאָטיק… ס׳איז ניט בלויז אוממענטשלעך, נאָר ס׳ווײַזט אויך אַרויס אַ גרוילדיקן דוחק פֿון רעספּעקט צום מענטשלעכן לעבן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.