דער וועלט באַרימטער, קלאַסישער ייִדישער דעליקאַטעסן, דער „קאַרנעגי־דעלי“, וועט ביזן סוף יאָר שליסן זײַנע טירן.
דער רעסטאָראַן, וואָס האָט זיך געעפֿנט אין 1937 עטלעכע טירן אַוועק פֿונעם באַקאַנטן קאָנצערטזאַל „קאַרנעגי־האָל“, איז שוין קנאַפּע זיבעציק יאָר לאַנג געווען דער אַדרעס זיך אָנצוזעטיקן מיט כּל־המינים מיזרח־אייראָפּעיִשע מאכלים און פּאָטראַוועס. דאָ האָט מען געקענט באַשטעלן קאַשע מיט וואַרניטשקעס, קנישעס, קרעפּלעך, הינדליויך מיט קניידלעך, לעבער, ברוסטפֿלאַנקען אאַז״וו.
אַן איבעריק גרויסן שם האָט דער „דעלי“ יאָרן לאַנג געהאַט צוליב זײַנע איבערגעפֿילטע שניטקעס אויף קאָרנברויט, וואָס פֿלעגן אַרײַננעמען ממש אַ פֿונט פֿלייש — פּאַסטראַמע, פּעקלפֿלייש, ראָסטביף אָדער אינדיק — אין יעדער שניטקע. דער לאָזונג פֿונעם „דעלי“ איז אַפֿילו געווען „אויב איר קענט אויפֿעסן אײַער מאָלצײַט זענען מיר באַגאַנגען אַן עוולה“.
דער „קאַרנעגי־דעלי“ איז אויך געווען באַקאַנט צוליב זײַן אייגנאַרטיקער ניו־יאָרקער סבֿיבֿה. סאַרווערס האָבן זיך באַצויגן צו די קונים מיט אַ טיפּישער (און סטערעאָטיפּישער) בייזלעכער מינע. און נאָך אַ ניו־יאָרקער טראַדיציע: די קונים האָט מען אויסגעזעצט אָן קיין שום סדר, נישט־געקוקט אויף דעם וואָס פֿרעמדע־לײַט זענען געזעסן איינס פּונקט לעבן דעם צווייטן.
דער רעסטאָראַן איז געוואָרן אַ מאַגנעט פֿאַר פֿאַרשידענע באַרימטע ייִדישע קאָמיקערס, אַרײַנגערעכנט סיד סיזאַר, העני יאָנגמאַן און וווּדי אַלען — וואָס נאָך אים האָט מען אַפֿילו אַ נאָמען געגעבן אַ שניטקע, די „וווּדי־אַלען“.
דער רעסטאָראַן האָט שוין עטלעכע יאָר לאַנג געהאַט שוועריקייטן. צו ערשט האָט די עלעקטרע־און־גאַז־פֿירמע „קאָן־עדיסאָן‟, אין 2015, געפֿונען אין קיך אומלעגאַל פֿאַרבונדענע גאַזרערן, האָט מען געדאַרפֿט פֿאַרמאַכן דעם „דעלי“ אויף עטלעכע חדשים. אַז ס׳האָט זיך ווידער געעפֿנט אין פֿעברואַר 2016 האָבן זיך געמאַכט נײַע צרות, און איצט האָט די בעל־הביתטע מאַריאַן האַרפּער לעווין באַשלאָסן אַז ביזן 31סטן דעצעמבער 2016 וועט דער רעסטאָראַן זיך שליסן. קלענערע פֿיליעס קען מען געפֿינען אין לאַס־וועגאַס און בית־לחם, פּענסילווייניע, אָבער דעם סטאַטוס און דעם צוצי פֿונעם אָריגינעלן ניו־יאָרקער „קאַרנעגי־דעלי“ וועלן זיי זיכער קיין מאָל נישט דערגרייכן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.