דער פּאַריזער חורבן־מוזיי, דער „שואה דענקמאָל‟, האָט לעצטנס געקריגן במתּנה צוויי אַלטע ליאַלקעס, וואָס ברענגען מיט זיך אַ טרויעריקע געשיכטע פֿונעם חורבן.
די ליאַלקעס האָבן געהערט צו צוויי שוועסטערלעך פֿון דער משפּחה לוי, דעם צען־יאָריקן דעניז און דעם נײַן־יאָריקן מישעלין, וואָס האָבן מיט זייער משפּחה אין משך פֿון דער מלחמה געלעבט אונטער אַ פּסעוודאָנים אינעם שטעטל זשעמאָו, הינטער דיזשאָן, אין מיזרח־פֿראַנקרײַך.
די פֿרוי וואָס האָט געשאָנקען דעם מוזיי די ליאַלקעס, פֿרעדעריקע זשיל, האָט דערציילט ווי איר באָבע, אַ פֿראַנצויזקע, איז געווען אַן עדות אויף דער אָבלאַווע אינעם שטעטל, ווען מע האָט — אין די לעצטע חדשים פֿאַר דער באַפֿרײַונג פֿון פּאַריז אין 1944 — צוזאַמענגעטריבן די צוויי מיידלעך, זייער טאַטע־מאַמע, זיידע־באָבע און אַנדערע ייִדן פֿון דער קהילה, און פֿאַרשיקט קיין אוישוויץ. אַ זשאַנדאַרם האָט בײַ די מיידעלעך אַרויסגעריסן די ליאַלקעס פֿון די הענט און זיי אַראָפּגעשלײַדערט צו דער ערד. ווען די נאַציס זענען אַוועק האָט זשילס באָבע גענומען די ליאַלקעס צו זיך אין שטוב.
דרײַ דורות לאַנג האָבן די ליאַלקעס געהאַט אַ היים בײַ אָט דער משפּחה, וואָס פֿלעג טאַקע איבערדערציילן די געשיכטע פֿון דער פֿאַרשיקונג. די באָבע האָט זיי איבערגעגעבן אירע צוויי טעכטער, אַ צווילינג, וואָס האָבן זיי איבערגעגעבן זייערע פּלימעניצעס. וויסנדיק די געשיכטע האָט קיינער פֿון די קינדער זיך נישט געשפּילט מיט די ליאַלקעס; די משפּחה האָט אַפֿילו געפּרוּווט נאָך דער מלחמה צו דערגיין וואָס ס׳איז געוואָרן מיט די צוויי מיידעלעך, אָבער ס׳האָט זיך זיי נישט אײַנגעגעבן. די לוי־מיידעלעך האָבן זיך נישט אומגעקערט אַהיים און קיין קרובֿים האָט מען נישט באַוויזן צו געפֿינען.
סוף־כּל־סוף, האָט די 38־יאָריקע זשיל, אַליין אַ מאַמע פֿון דרײַ קינדער, באַשלאָסן אַז סע פּאַסט נישט אַז זי זאָל עס ווײַטער איבערגעבן איר פֿיריאָריק טעכטערל, און באַשלאָסן אַז מע זאָל די ליאַלקעס אַוועקשענקען דעם מוזיי. איצט וועלן זיי האָבן אַ דאַך צווישן אַנדערע אָביעקטן פֿאַרבליבן פֿונעם חורבן, און דינען ווי אַ דערמאָנונג פֿון די פֿראַנצייזישע ייִדן וואָס זענען פֿאַרטיליקט געוואָרן פֿון די נאַציס.
די ליאַלקעס זענען צווישן 200 חפֿצים, וואָס מע האָט לעצטנס אַרויסגעשטעלט אינעם מוזיי, אויסגעקליבן פֿון, בסך־הכּל 19,000 חורבן־אָביעקטן וואָס וואָלונטירן האָבן אָנגעזאַמלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.