ווי אומעטום אין דער וועלט, האָט אויך אין מאָסקווע די ייִדישע קהילה געפּראַוועט ראש־השנה. זייערע באַגריסונגען און ווינטשעוואַניעס האָבן צוגעשיקט דער פּרעזידענט פּוטין און דער מאָסקווער בורגערמײַסטער סערגיי סאָביאַנין.
אין דער מאָסקווער גרויסער כאָר־שיל איז דער יום־טובֿ פֿאַרשטערט געוואָרן דורך אַן אינצידענט וואָס איז פֿאָרגעקומען שבת. בײַ טאָג האָט איינער פֿון די רבנים באַמערקט אַ מאָדנעם פּאַרשוין, וואָס דרייט זעך אַרום לעבן דעם אַרײַנגאַנג. אין דער האַנט האָט ער געהאַלטן אַ גרויסע פֿלאַש בענזין. דער רבֿ האָט וועגן אים איבערגעגעבן די וועכטער, אָבער זיי האָבן געמיינט, אַז דער מענטש איז ניט געפֿערלעך.
עטלעכע שעה שפּעטער, קורץ פֿאַר הבֿדלה, איז דער מאַן באַפֿאַלן איינעם פֿון די וועכטער און האָט אים דורכגעשאָסן אַ האַנט. צום גליק, האָט ער ניט באַוויזן אָנצוצינדן זײַן בענזין. דער וועכטער ליגט אין שפּיטאָל, זײַן צושטאַנד איז גאַנץ גוט; זײַן לעבן איז נישט אין קיין סכּנה. דער טעראָריסט, איגאָר לעבעד, איז אַרעסטירט געוואָרן, און די פּראָקוראַטור האָט געעפֿנט אַן ענין קעגן אים. ער איז אַ שׂונא־ישׂראל, און האָט געזאָגט, אַז ער האָט געוואָלט אויפֿרײַסן די שיל „צוליב רוסלאַנד‟.
אין פּעטערבורגער חב”ד־שיל איז אַרײַנגעטראָגן געוואָרן אַ נײַע ספֿר־תּורה. דאָס איז געווען די ערשטע ספֿר־תּורה, געשאַפֿן ספּעציעל פֿאַר דער דאָזיקער שיל. געשריבן זי האָבן מיטגלידער פֿון דער קהילה: זיי האָבן געקענט קויפֿן אַ וואָרט, אַ פּסוק אָדער אַ גאַנצן פּרק. דאָס שרײַבן, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אין פֿעברואַר, האָט זיך געענדיקט דווקא איצט — פֿאַר יום־כּיפּור און ניט לאַנג פֿאַר שׂימחת־תּורה.
די רוסלענדישע מלוכה האָט געלאָזט צוויי גרויסע פֿירמעס פֿון ישׂראל עקספּאָרטירן קיין רוסלאַנד זייער פּראָדוקציע. די רייד גייט פֿון צוויי גרויסע קאָנצערנען פֿון מילכיקער פּראָדוקציע — „תּנובֿה‟ און „בעמק‟. די ישׂראלדיקע זײַט האָט געבעטן, רוסלאַנד זאָל אַרײַנפֿירן פּראָדוקטן פֿון זעקס פֿירמען, אָבער ביז איצט האָבן באַקומען אַ דערלויבעניש נאָר צוויי. ביז איצט האָט רוסלאַנד נישט אימפּאָרטירט קיין מילך־פּראָדוקטן פֿון ישׂראל.
דער ישׂראלדיקער דינסט „געט טעקסי‟ האָט פֿאַרברייט זײַן נעץ אין רוסלאַנד. פֿונעם 4טן אָקטאָבער אָן קען מען פֿאָרן מיט „געט‟־אויטאָס אין נאָך נײַן שטעט: נאָוואָקוזנעצק, טאָמסק און טיומען אין סיביר; נאָוואָראָסייסק, טואַפּסע, אַנאַפּאַ און געלענדזשיק אין דרום־מערבֿ־רוסלאַנד; טאָליאַטי אין וואָלגער געגנט, און וולאַדימיר לעבן מאָסקווע. „געט‟ אַרבעט שוין אין 30 רוסלענדישע שטעט און פּלאַנירט נאָך צו פֿאַרברייטערן די טעטיקייט. דער ציל פֿון דער קאָמפּאַניע איז צו דערגרייכן אַ דאָמינאַנטע פּאָזיציע אויפֿן רוסלענדישן מאַרק.
אין מאָסקווע האָט זיך געעפֿנט אַ נײַע שיל מיט אַ קהילה־צענטער און אַ כּשרער קאַפֿעטעריע. די נײַע קהילה געפֿינט זיך אין מאָסקווע, בײַם מלוכה־אוניווערסיטעט פֿון אינטערנאַציאָנאַלע באַציִונגען. אויפֿן חנוכּת־הבית האָבן אָנטייל גענומען די העכסטע פֿאַרטרעטער פֿונעם רוסלענדישן חב”ד. דאָס איז די ערשטע שיל אין רוסלאַנד וואָס האָט זיך געעפֿנט בײַ אַ מלוכישן אוניווערסיטעט.
דער נײַער מאָסקווער ייִדישער מוזיי איז ממשיך מיט זײַן פּראָגראַם, געווידמעט דעם סאָוועטישן אַוואַנגאַרד. דעם 5טן אָקטאָבער קומט אינעם מוזיי פֿאָר אַ באַגעגעניש, געווידמעט אַזאַ פּראָיעקט פֿון דער אַמאָליקער סאָוועטישער קולטור, ווי גערויש־אָרקעסטערס. זיי זענען געווען זייער פּאָפּולער נאָך דער רעוואָלוציע און האָבן געשפּילט אין טעאַטער און אין די ערשטע קלאַנגפֿילמען. אַחוץ דעם, זענען אַזעלכע טעאַטערס באַטראַכט געוואָרן ווי אַ גוטע טעטיקייט פֿאַר די ליבהאָבער פֿון מוזיק. וועגן דער דאָזיקער דערשײַנונג האָט דערציילט דער דאָצענט פֿון מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט, קאָנסטאַנטין דודאַקאָוו־קאַשוראָ.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט. דער פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ האָט אַרויסגעגעבן דעם לעצטן, זעקסטן באַנד פֿון זײַן איבערזעצונג פֿון „עין יעקבֿ‟ — אַ זאַמלונג פֿון אגדה פֿון ביידע תּלמודים מיט אַ קאָמענטאַר, צונויפֿגעשטעלט פֿון ר’ יעקבֿ איבן כאַביב פֿון סאַמאָראַ (15ער י”ה). דער פֿאַרלאַג איז אויך ממשיך מיט אַרויסגעבן זײַן רוסישע איבערזעצונג פֿונעם תּלמוד. עס זענען שוין אַרויס דרײַ בענדער, בתוכם די מסכתּא „מכּות‟ — ווען ס’האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז אויך די אַנדערע גרויסע רוסלענדישע ייִדישע קהילה — די ליטוואַקישע — האָט לאַנסירט אַרויסגעבן איר איבערזעצונג פֿון תּלמוד, און אָנגעהויבן דווקא פֿון דער מסכתּא „מכּות‟. ביידע קהילות האָבן זיך דערוווּסט, אַז די צווייטע קהילה האַלט אויך בײַם אַרויסגעבן די מסכתּא, ווען דער פּראָצעס איז שוין געגאַנגען.
די אויסגאַבע פֿונעם חב”ד איז אַ מער טראַדיציאָנעלער נוסח, בעת די ליטוואַקישע אויסגאַבע איז מער אַקאַדעמיש, און שליסט אײַן מאָדערנע קאָמענטאַרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.