אַ ברייט ליידיק אָרט אויף 52סטער גאַס אין באָראָ־פּאַרק, ברוקלין, וועט אין אַ יאָר אַרום אפֿשר ווערן די „היים‟ פֿון אַ ריזיקער סינאַגאָגע, גיט איבער דער ייִדישער מעדיאַ־קוואַל „וואָס איז נײַעס‟.
די שיל „קהילת היכל התּפֿילה‟, אָנגעפֿירט פֿון הרבֿ בנימין אײַזנבערגער, האָט די וואָך געמאָלדן, אַז איר פֿאַרוואַלטונג פּלאַנירט צו בויען אַ בנין מיט אַ גרייס פֿון איבער 93,000 קוואַדראַטפֿוס, אויפֿן אַדרעס פֿון 1772 52סטער גאַס, וואָס וועט גרייכן פֿון אַלט־נײַ אולטרעכט עוועניו ביז דער 18טער עוועניו.
דער זעקס־שטאָקיקער בנין, וואָס איז אויספּלאַנירט געוואָרן פֿונעם אָנגעזעענעם אַרכיטעקט קאַרל פֿישער, וועט באַשטיין פֿון דרײַ גאָרנס איבער דער ערד, און דרײַ — אונטער דער ערד. די סטרוקטור וועט אַרײַננעמען ביוראָען, באַנקעט־ און לעקציע־זאַלן און אַ מיקווה. אַ וווינונג פֿאַר הרבֿ אײַזנבערגער און זײַן משפּחה איז אויך אַ טייל פֿונעם פּלאַן, און וועט פֿאַרנעמען בערך 12,224 קוואַדראַטפֿוס, שאַצט די גרונט־מיסחר־פֿירמע New York Yimby.
לויט די בילדער פֿון דער פּלאַנירטער סינאַגאָגע, וועט דער בנין האָבן הויכע סטעליעס; אַ סך ריזיקע פֿענצטער; צוויי גאָרנס פֿאַר די עזרת־נשים אויף ביידע זײַטן פֿונעם בית־הכּנסת, און לאַנגע רייען הילצערנע בענק, כּדי די שיל זאָל קענען אַרײַננעמען אַ גרויסע צאָל מתפּללים.
לויט דער וועבזײַט פֿונעם אַרכיטעקט, וועט דער שיל־בנין זײַן פֿאַרענדיקט ביז 2017.
פֿישער, וואָס האָט ביוראָען סײַ אין ניו־יאָרק, סײַ אין מאָנטרעאָל, האָט שוין אויספּלאַנירט אַ סך בנינים אין וויליאַמסבורג, ווי אויך די פֿאָרשול, עלעמענטאַר־שול און אונטער־מיטלשול קאַמפּוס פֿון דער ישיבֿה „דרכי תּורה‟ אין פֿאַר־ראַקאַוויי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.