„אַפּעטײַזינג‟ — אַן ענגליש וואָרט פֿאַר אַן אַשכּנזישן באַגריף

"Appetizing" – An English Word For an Ashkenazi Concept


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 07, 2016, issue of October 26, 2016.

אַ סך ייִדן וועלן נאָך נעילה, דעם קומעדיקן מיטוואָך, אָפּפֿאַסטן מיט אַ מאָלצײַט פֿון בייגל, שמירקעז, געזאַלצענע פֿיש און היימישע סאַלאַטן געמאַכט פֿון האַרטע אייער אָדער פּאַטלעזשאַן. שוין יאָרן לאַנג וואָס אויף „ייִנגליש‟ (אַ געמיש פֿון ייִדיש און ענגליש) רופֿט מען אַזאַ סאָרט עסן „אַפּעטײַזינג‟.

פֿון וואַנען איז אָבער געקומען אַזאַ וואָרט צו באַשרײַבן די באַקאַנטע אַשכּנזישע פּאָטראַוועס? דאָס ענגלישע וואָרט appetizing איז דאָך נישט קיין סובסטאַנטיוו, נאָר אַן אַדיעקטיוו וואָס איז טײַטש „אַפּעטיטלעך‟.

אין אַן אינטערעסאַנטן אַרטיקל אינעם בלאָג The Nosher, דערקלערט מען אַז דער טערמין „אַפּעטײַזינג‟ האָבן די ניו־יאָרקער ייִדן געניצט, אָבער ס׳איז אַ טראַדיציע וואָס שטאַמט פֿון מיזרח־אייראָפּע. Russ & Daughters, מסתּמא די באַוווּסטסטע „אַפּעטײַזינג‟־קראָם, גיט איבער אַז די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן פֿלעגן אָנהייבן זייערע מאָלצײַטן מיט קאַלטע פֿאָרשפּײַזן, און ווען זיי האָבן זיך באַזעצט אינעם איסט סײַד אין די אָנהייב 1900ער יאָרן, האָבן זיי די טראַדיציע מיטגעבראַכט.

צוליב הילכת־כּשרות, וואָס פֿאַרווערט דאָס מישן מילכיקס מיט פֿליישיקס, האָבן די ייִדן געהאַט צוויי מינים שפּײַז־געוועלבן. דאָס מילכיקע, וואָס האָט פֿאַרקויפֿט בייגל מיט שמירקעז, געזאַלצענע פֿיש און סאַלאַטן, האָט מען גערופֿן „אַפּעטײַזינג‟, און דאָס פֿליישיקע, וווּ מע האָט פֿאַרקויפֿט כּל־מיני וווּרשטן און זויערע אוגערקעס, האָט באַקומען דעם טערמין „דעליקאַטעסן‟.

געווען אַ צײַט וואָס אינעם איסט סײַד האָבן זיך געפֿונען 30 „אַפּעטײַזינג‟־געוועלבן, און ביז די 1930ער האָבן עקזיסטירט בערך 500 אַזוינע קראָמען איבער דער שטאָט ניו־יאָרק. „דאָס איז פּונקט אַזוי פֿיל ווי די הײַנטיקע צאָל סטאַרבאָקס און מאַקדאָנאַלדס אין איינעם,‟ האָט די דיגיטאַלישע מעדיאַ פֿירמע Thrillest פֿאַראַיאָרן געשריבן.

„אַפּעטײַזינג‟ איז ספּעציעל פּאָפּולער גלײַך נאָך יום־כּיפּור, ווען משפּחות פֿאַסטן אָפּ דורכן עסן לײַכטע שפּײַזן ווי בייגל, לאַקס, שמירקעז און באַבקע.

הגם עס זענען הײַנט פֿאַרבליבן ווייניק פֿון די היימישע „אַפּעטײַזינג‟־קראָמען, געפֿינען זיך יאָ אין ניו־יאָרק, צום ווייניקסטן, צוויי: Russ & Daughters און Zabar’s. דע וואָס וווינען ווײַט פֿון אַזאַ קראָם קענען הײַנט געפֿינען אַ גאַנצע ריי רעצעפּטן דורך דער אינטערנעץ, וואָס ווײַזן ווי אַזוי אַליין צוצוגרייטן די פּאָטראַוועס. „גראַוולאַקס‟ — אַ מין גערייכערטער לאַקס — איז ספּעציעל גרינג צו מאַכן. קוועטשט דאָ צו זען ווי אַזוי מע טוט עס: