עטלעכע פּויליש־ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, דעם 7טן אָקטאָבער, אויפֿגענומען אַ גרופּע הויך־ראַנגיקע געזעץ־געבערס און מיניסטאָרן פֿונעם פּוילישן פּאַרלאַמענט אויף אַ שבת־וועטשערע אין וואַרשע.
דער אָוונט איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורכן „קולטור־געזעלשאַפֿטלעכן פֿאַרבאַנד פֿון ייִדן אין פּוילן‟ (TSKZ), און דער Jewrnalism Foundation.
בערך 50 מענטשן זענען געקומען אויף דער וועשטערע, אַרײַנגערעכנט די פּוילישע מלוכה־סעקרעטאַרין, אַנאַ מאַריאַ אַנדערס; קאַמילאַ גאַסיוק פּיכאָוויץ, די וואָרטזאָגערין און דעפּוטאַטין פֿון דער „מאָדערמער פּאַרטיי‟; די „סיים‟־דעפּוטאַטין יאָאַנאַ אויגוסטינאָווסקאַ, און מיכאַל שטשערבאַ, דער פּרעזידענט פֿון דער גרופּע „פּויליש־ישׂראלדיקע דעפּוטאַטן פֿון פּאַרלאַמענט‟.
„דער ציל פֿון דער טרעפֿונג איז געווען אָנצוקניפּן אַ פּערזענלעכע באַציִונג צווישן די ייִדישע כּלל־טוער און די פּאָליטיקער פֿון לאַנד,‟ האָט דערקלערט די 28־יאָריקע קלאַודיאַ קלימעק, וואָס האָט געשאַפֿן די פֿונדאַציע און פֿירט אָן מיט דער קראָקעווער פֿיליע פֿונעם TSKZ. „נישטאָ קיין בעסערער אופֿן צונויפֿצוברענגען אונדזערע קהילות און לאָזן פֿון זיך הערן איידער זיך אַוועקזעצן אין אַ באַקוועמער, שׂימחהדיקער סבֿיבֿה.‟
בעת דער וועטשערע האָט מען געשמועסט וועגן ענינים פֿון פֿאַרגיטיקונג, דאָס לערנען וועגן דער געשיכטע פֿון פּוילישע ייִדן, און מדינת־ישׂראל און די רעפּוטאַציע פֿון פּוילן אין אויסלאַנד.
די אונטערנעמונג איז פֿאָרגעקומען במשך פֿון אַן אָנגעשפּאַנטער צײַט צווישן די פֿירער פֿון די פּויליש־ייִדישע קהילות און דער רעגירונג פֿונעם פּרעזידענט אַנדזשיי דודאַ, וואָס געהערט צו דער רעכטגעשטימטער פּאַרטיי „געזעץ און יוסטיץ“.
כאָטש געוויסע פּוילישע ייִדן שטיצן דודאַס פּאָליטיק, וואָס שטעלט זיך אַנטקעגן דער רוסישער אַגרעסיע און וואָס באַערט די פּאָליאַקן וואָס האָבן געראַטעוועט ייִדן בשעתן חורבן — טראָגן אַנדערע ייִדן אַ האַרץ קעגן דעם וואַקסנדיקן נאַציאָנאַליזם און קסענאָפֿאָביע אונטער זײַן ממשלה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.