לעצטנס האָבן זיך באַוויזן אַ ריי דרשות אויף „יו־טוב‟ פֿון באַקאַנטע רבנים פֿון דער חרדישער וועלט אין וועלכע מע בעט מענטשן ניט צו רעדן אין שיל בשעתן דאַוונען. די פֿילמען זענען אינטערעסאַנט ניט בלויז צוליב זייער טעאָלאָגישן צוגאַנג און דעם פֿאַקט, וואָס זיי באַווײַזן זיך בכלל אויף דער אינטערנעץ, נאָר אויך צוליב זייער צוגאַנג צו שפּראַך. אַרום 30% פֿון די פֿילמען זענען אויף ייִדיש, און אַרום 70% זענען אויף אַן ענגליש וואָס איז אַזוי פֿאַרפֿעפֿערט מיט לשון־קודשדיקע ווערטער און לומדישע באַגריפֿן, אַז מע דאַרף גוט קענען ייִדיש אָדער העברעיִש אים צו פֿאַרשטיין.
דער עולם פֿאַר וועלכן מע האָט געשאַפֿן די פֿילמען זענען, אַ פּנים, יונגע אַמעריקאַנער מענער פֿונעם „ישיבֿישן‟ שניט. כּמעט אַלע וואָס גיבן זייערע דרשות אויף ייִדיש זענען דווקא ישׂראלים, וואָס קענען ייִדיש פֿון דער היים אָבער וואָס גיבן געוויינטלעך זייערע שיעורים אויף העברעיִש. איינער פֿון זיי איז הרבֿ גמליאל ראַבינאָוויטש, וואָס פֿירט אָן מיט „ישיבֿת המקובלים שער השמים‟ אין ירושלים, אַ מוסד וואָס איז באַקאַנט פֿאַר זײַנע קבלה־שטודיעס.
הרבֿ גלמיאל ראַבינאָוויטש רעדט פֿלאַם־פֿײַערדיק אין זײַן דרשה וועגן דער וויכטיקייט פֿונעם ניט רעדן אין שיל. זײַן געשמאַקע ייִדיש איז דער קלאַסישער אַזוי־גערופֿענער „ירושלמי‟ דיאַלעקט וואָס מע רעדט שוין דורות־לאַנג צווישן די ניט־חסידישע חרדים אין ישׂראל. דער דיאַלעקט צייכנט זיך אויס מיט זײַן ליטווישן אַרויסרעד, זײַן ווייכן שפּור פֿון אַ העברעיִשן אַקצענט און היסטאָריש גערעדט, מיט זײַנע אַראַבישע לײַווערטער.
גמליאל ראַבינאָוויטשס פֿאָטער, הרבֿ לוי ראַבינאָוויטש ז׳׳ל, איז געווען אַ באַקאַנטער תּלמיד־חכם, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין צפֿת. אַ יתום, האָט הרבֿ ראַבינאָוויטש זיך געלערנט ווי אַ קינד אין דער באַקאַנטער שטאָט פֿון די מקובלים מיט הרבֿ משה קליערס, דער אַשכּנזישער הויפּט־רבֿ פֿון טבֿריה און אַ ריי אַנדערע באַקאַנטע ליטווישע רבנים. אין יענע יאָרן האָט מען געפֿירט די דרשות כּמעט אויסשליסלעך אויף ייִדיש. הײַנט הערט מען אַ סך ווייניקער ייִדיש אין אַזעלכע סבֿיבֿות. אַזוי אַרום בלײַבט הרבֿ גמליאל ראַבינאָוויטשס דרשה אַ זכר פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער ירושלים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.