דעם יום־כּיפּור זענען פֿאָרגעקומען פֿײַערלעכע תּפֿילות אין אַ צאָל מאָסקווער שילן, אָנגעפֿירט פֿון ישׂראלדיקע חזנים און חזנים־קאַפּעליעס. פֿאַרן יום־טובֿ האָט מען געקענט כּפּרות שלאָגן, אָבער דאָס רבנות פֿון מאָסקווע האָט צוגערופֿן דעם עולם ניט צו פֿאָלגן דעם מינהג, און אויב יאָ — ניט אויף הינער, נאָר אויף געלט.
נאָך אַ ישׂראלדיקער סטאַרט־אַפּ קומט קיין מאָסקווע. אין אַ גרויסן אײַנקויף־צענטער אין מאָסקווע האָט זיך געעפֿנט אַ קאַפֿע פֿון דער ישׂראלדיקער נעץ „קאָפֿיקס‟. דער פּרײַז פֿון אַלע פּראָדוקטן — אי קאַווע, אי אַנדערע געטראַנקען, אי סענדוויטשן — איז פֿיקסירט, 50 רובל (כּמעט 1 דאָלאַר). די הויפּטן פֿון דעם פּראָיעקט פּלאַנירן צו עפֿענען אין מאָסקווע 300 קיאָסקן פֿון „קאָפֿיקס‟, און אין רוסלאַנד — 1000, אַלץ אין די נעענסטע 5 יאָר.
אין זשוקאָווקע, אַ דאָרף לעבן מאָסקווע, וווּ עס האָט זיך פֿאַראַיאָרן געעפֿנט אַ שיל און אַ קהילה־צענטער, איז פֿאָרגעקומען אַ וווילטעטיקער אינטעלעקטועלער פֿאַרמעסט. אַן ערך 250 מיטגלידער פֿון מאָסקווער ייִדישער קהילה, בתוכם באַרימטע לײַט — זינגער, שרײַבער, זשורנאַליסטן און אַנדערע — האָבן אָנטייל גענומען. 30 מאַנשאַפֿט האָבן געענטפֿערט אויף די פֿראַגעס, און די גרעסטע צאָל ריכטיקע ענטפֿערס האָט געגעבן די מאַנשאַפֿט פֿון דער רעפֿאָרמיסטישער באַוועגונג „נצר‟. דאָס געלט וואָס זי האָט געוווּנען איז געשיקט געוואָרן צו אַ וווילטעטיקער פֿונדאַציע. אַן אַנדער קאָנקורס אַזאַ פּלאַנירט מען דורכצופֿירן אין אַ פּאָר חדשים אַרום, חנוכּה־צײַט.
עס האָט זיך געעפֿנט אַ נײַער ייִדישער קהילה־צענטער אין פּעטערבורג. דעם 6סטן אָקטאָבער האָט מען געפּראַוועט דעם חנוכּת־הבית. דער צענטער פֿאַרנעמט דעם בנין וואָס האָט אַ מאָל געהערט צו אַ ייִדישער טעכנישער שול. דער צענטער געהערט צו דער גרויסער כאָר־שיל, און אין אים געפֿינען זיך אַ גרוזינישע שיל, אַ קינדער־גאָרטן, אַ שול און אַ יוגנט־צענטער. אין דער עפֿענונג־צערעמאָניע האָבן אָנטייל גענומען די הויפּטן פֿון דער ייִדישער קהילה, ייִדישע געשעפֿטסלײַט, געלערנטע און קינסטלער, ווי אויך דיפּלאָמאַטן און טשינאָווניקעס.
יענעם אָוונט האָט מען אויך אויסגעטיילט די פּרעמיע „ערבֿים‟ פֿאַר דער טעטיקייט אין דער ייִדישער בילדונג און קולטור. דאָס יאָר איז די פּרעמיע צוגעטיילט געוואָרן צוויי מענטשן: יעווגעניאַ לוואָוואַ, וואָס האָט געגרינדעט אַ ריי ייִדישע קינדער־גאָרטנס און שולן אין פּעטערבורג, און וואַלערי סטאָלאָוו — אַ דירעקטאָר פֿון דער ייִדישער שול „מנחם‟.
אַ ידיעה פֿון מיטישטשי, אַ קליינער שטעטל לעבן מאָסקווע. דאָרטן האָט מען אַרײַנגעטראָגן אין דער היגער חב’’ד שיל אַ נײַע ספֿר־תּורה. אויף דער פֿײַערלעכער צערעמאָניע האָט דער רבֿ פֿון דער שיל, ר’ יוחנן קאָסענקאָ, דערקלערט, אַז מען פּלאַנירט אויך אויפֿצובויען אַ קהילה־צענטער מיט אַ מיקווה, אַ ביבליאָטעק, אַ קינדער־גאָרטן און אַ קאַפֿע. אין מיטישטשי וווינען אַרום 200 ייִדישע משפּחות.
און די לעצטע ידיעה אויף הײַנט. רוסלענדישע פֿלי־קאָמפּאַניעס לאַנסירן נײַע פֿליִען קיין ישׂראל. פֿון סאַמאַראַ קיין תּל־אָבֿיבֿ וועלן איצט פֿליִען אַעראָפּלאַנען פֿון „אוראַלער אַוויאַליניעס‟ איין מאָל אַ וואָך, און פֿון פּעטערבורג וועט איצט זײַן אַ נײַער פֿלי קיין אילת, אויך איין מאָל אַ וואָך. די פֿליִען וועלן דורכגעפֿירט ווערן פֿון „אַעראָפֿלאָט‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.