Excerpt. Debora Vogel project. from Asya Gefter on Vimeo.
אַן אויסצוג פֿון אַ נאָך נישט פֿאַרענדיקטן דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן דער פּאָעטעסע דבֿורה פֿאָגעל איז לעצטנס אַרויפֿגעשטעלט געוואָרן אויף דער אינטערנעץ. דער פֿילם ווערט רעזשיסירט פֿון אַסיע געפֿטער.
די וויכטיקע (אָבער כּמעט־פֿאַרגעסענע) דיכטערין דבֿורה פֿאָגעל (1902־1942) איז געווען אַן אוניקאַלע פּערזענלעכקייט אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אַ געבוירענע אינעם שטעטעלע בורשטין בײַ אַן אַסימילירטער פּויליש־רעדנדיקער משפּחה, האָבן אירע עלטערן נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה זיך באַזעצט אין לעמבערג, וווּ דבֿורה האָט שפּעטער באַקומען אַ דאָקטאָראַט אין פֿילאָסאָפֿיע. אין 1930 האָט זי זיך באַפֿרײַנדט (און מסתּמא געפֿירט אַ ליבע) מיטן פּויליש־ייִדישן קינסטלער און שרײַבער ברונאָ שולץ. דורך איר באַקאַנטשאַפֿט מיט אים און אַנדערע פּויליש־ייִדישע קינסטלער האָט זי זיך געפֿילט היימיש צווישן די אַוואַנגאַרדישע קינסטלער און איז אַליין געוואָרן אַ וויכטיקע קונסט־קריטיקערין. כאָטש ס׳רובֿ פֿון די קינסטלער מיט וועמען זי האָט זיך געחבֿרט זענען געווען פֿון פּויליש־רעדנדיקע היימען, האָט זי געדרוקט אַרטיקלען וועגן זיי דווקא אויף ייִדיש, אַ שפּראַך וואָס זי האָט זיך נאָר אויסגעלערנט ווען זי איז שוין געווען כּמעט אַ דערוואַקסענע.
כאָטש פֿאָגעל איז דערצויגן געוואָרן אויף פּויליש און דײַטש, האָט זי אויסגעקליבן ייִדיש ווי די שפּראַך פֿון אירע פּאָעטישע ווערק. אין די 1930ער יאָרן האָט זי פֿאַרעפֿנטלעכט צענדליקער לידער אין ייִדישע זשורנאַלן און אַרויסגעלאָזט דרײַ ביכער. אירע מינימאַליסטישע אַוואַנגאַרדישע לידער זענען ס׳רובֿ קריטיקער ניט געפֿעלן געוואָרן; זיי האָבן געהאַלטן, אַז פֿאָגעלס לידער זענען געווען צו אינטעלעקטועל און פֿאַרנעפּלט. די קריטיקער האָבן אויך ניט געהאַלטן פֿון אירע לידער צוליב דעם, וואָס זיי האָבן ניט געהאַט גענוג „ווײַבערישע טעמעס‟. פֿון איר זײַט האָט פֿאָגעל דערקלערט, אַז איר סטיל האָבן געשאַפֿן אירע אייגענע איבערלעבונגען און די ווירקלעכקייטן פֿון איר שטאָט און קולטורעלער סבֿיבֿה.
זינט 1942, ווען פֿאָגעל איז אינעם לעמבערגער געטאָ דערמאָרדעט געוואָרן פֿון די נאַציס צוזאַמען מיט איר מאַן און זון, איז זי צום־מערסטנס באַקאַנט בלויז פֿאַר איר באַציִונג מיט ברונאָ שולצן, וואָס האָט געשאַפֿן זײַן באַקאַנטסטן ראָמאַן אויפֿן סמך פֿון זײַן קאָרעספּאָנדענץ מיט איר.
אין אַן אויסצוג פֿונעם דאָקומענטאַר, וואָס האָט נאָך ניט קיין פֿאָרמעלן נאָמען, לייענט די ייִדיש־פֿאָרשערין און איבערזעצערן ד׳׳ר קאַראָלינאַ שימאַניאַק פֿאָר פֿאָגעלס „ליבעליד‟ (1930) אויף ייִדיש און רעדט אויף ענגליש וועגן אים. מע הערט אויך ווי ד׳׳ר טאַטיאַנע צוקאָרינע לייענט פֿאָר דאָס זעלביקע ליד אין שימאַניאַקס פּוילישער איבערזעצונג. בעת שימאַניאַק לייענט פֿאָר אַ ליד וועגן אַ מצבֿה, שטעלט זיך אָפּ דער פֿילם־אַפּאַראַט אויף אַן אומדערוואַרטער סצענע: אַ האָן וואָס גייט צווישן די קבֿרים. אַסיע פֿרומאַן, אַ לעמבערגער ייִדיש־פֿאָרשערין גיט צו פֿאַרשטיין דעם מעטאַפֿיזישן באַטײַט פֿונעם פֿאַרנעפּלטן ליד. דער אויסצוג ענדיקט זיך מיט אַ בילד פֿון אַ דענקמאָל לזכר דבֿורה פֿאָגעל, אויף וועלכן עס שטייען אַ פּאָר שורות פֿון אירס אַ ליד אויף אוקראַיִניש, ענגליש און העברעיִש.
עס זעט אויס אַז דער דאָקומענטאַר־פֿילם וועט ערשט אַרויס אין אַ יאָר אַרום. פֿאַר די, וואָס ווילן זיך פֿריִער באַקענען מיט די ווערק פֿון דבֿורה פֿאָגעל, קען מען לייענען אַ פּאָר פֿון אירע לידער אויף ייִדיש דאָ: //www.yiddishpoetry.org/Anthology/poets/fogel/indexfogel.html
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.