ישׂראל־רעגירונג: מע דאַרף ניט קיין טוקערין

Israeli Government Bans Mikvahs From Requiring Attendants

Facebook

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 14, 2016, issue of October 26, 2016.

אין אַ קאָנטראָווערסיעלן באַשלוס וואָס גייט קעגן די פּסקים פֿון די הויפּט־רבנים פֿון ישׂראל, האָט דער אָרטיקער מיניסטעריום פֿאַר רעליגעזע ענינים באַשלאָסן, אַז אַלע מיקוואָות אין דער ייִדישער מדינה מוזן אויפֿהענגען אַ שילד אויף וועלכן עס שטייט, אַז מע מעג נוצן די מיקווה אָן קיין טוקערין.

דער באַשלוס מצד דעם מיניסטעריום איז געקומען נאָך דעם, וואָס פֿרויען האָבן פּראָטעסטירט קעגן דעם כּלל, אַז מע מוז באַגלייטן די פֿרויען וואָס טונקען זיך אײַן אין מיקווה, כּדי צו קאָנטראָלירן, אַז זיי האָבן ריכטיק דורכגעפֿירט דעם ריטואַל. אַ סך פֿרויען שעמען זיך צו באָדן נאַקעטערהייט פֿאַר פֿרעמדע.

דער מיניסטעריום האָט אויך באַשלאָסן, אַז די מיקוואָות קענען מער ניט פֿרעגן די פֿרויען, צי זיי זענען חתונה־געהאַטע צי ניט. די מיקוואָות קענען אויך מער ניט פֿאַרווערן פֿרויען אַרײַנצוקומען אין מיקווה, טאָמער זענען זיי ניט קיין חתונה־געהאַטע. דער באַשלוס הייסט ניט, אָבער, אַז מע דערמוטיקט די אומבאַמאַנטע פֿרויען צו גיין אין מיקווה. די מיקוואָות וועלן אָבער יאָ שרײַבן אויפֿן זעלביקן שילד, אַז די רבנים האַלטן, אַז נאָר חתונה־געהאַטע פֿרויען זאָלן קומען אין מיקווה. מע וועט אָבער מוזן אַרײַנלאָזן אַלע, וואָס ווילן זיך אײַנטונקען.

ס׳איז נאָך ניט קלאָר צי אַלע מיקוואָות, צי אַפֿילו ס׳רובֿ פֿון זיי, וועלן פֿאָלגן די נײַע כּללים. כּמעט אַלע מיקוואָות אין ישׂראל ווערן אָנגעפֿירט דורך אָרטאָדאָקסישע ייִדן וואָס האַלטן, אַז ס׳איז אַן עבֿירה אַז פֿרויען זאָלן שלאָפֿן מיט מענער פֿאַר דער חתונה. פֿון דער אַנדערער זײַט האַלטן געוויסע פֿרומע רבנים, אַז ס׳איז דווקא בעסער אַז אַ פֿרוי וואָס האָט יאָ סעקס פֿאַר דער חתונה זאָל זיך באַנוצן מיט דער מיקווה איידער עס אויסצומײַדן אין גאַנצן.