צווייטער קאַפּיטל „ווײַבערטײַטש‟

Second Episode of Vaybertaytsh Released


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 16, 2016, issue of October 26, 2016.

סאָסיע פֿוקס, וואָס פֿירט אָן מיטן נײַעם פֿעמיניסטישן פּאָדקאַסט אויף ייִדיש, „ווײַבערטײַטש‟, האָט געמאָלדן, אַז די פּראָגראַם איז אַ שלאַגער. מער ווי 600 מענטשן האָבן זיך צוגעהערט צום ערשטן קאַפּיטל, וואָס איז בעצם אַן אַרײַנפֿיר, דערקלערנדיק די צילן פֿונעם אוניקאַלן פּראָיעקט. דערצו האָט מען באַשריבן „ווײַבערטײַטש‟ אין דער פּרעסע: אַחוץ אינעם „פֿאָרווערטס‟ האָט מען געשריבן וועגן דעם אין דער „ייִדישער טעלעגראַפֿישער אַגענטור‟, וואָס איז דערנאָך איבערגעדרוקט געוואָרן אויף אַ ריי וועבזײַטן און בלאָגן.

לעצטנס איז אַרויס דער צווייטער עפּיזאָד פֿון דער סעריע, אין וועלכן סאָסיע פֿוקס כאַפּט אַ שמועס מיט „צילה שטאָק‟, אַ חסידישע פֿעמיניסטקע, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ מאָדערנער קאָנסערוואַטיווער היים און איז שפּעטער געוואָרן אַ בעל־תּשובֿה. פֿרוי שטאָק דערקלערט ווי אַזוי דאָס לערנען זיך ייִדיש אין אוניווערסיטעט האָט זי דערפֿירט צו ווערן אַ חסידישע פֿרוי און ווי אַזוי איר לעבן איז אַנדערש — און ניט אַנדערש — פֿון אירע פֿרומע שכנים.

אַ פּראָפֿעסאָרשע אין „קאָלומביע‟־אוניווערסיטעט, דערקלערט פֿרוי שטאָק וועגן איר צוגאַנג צו די פֿאַרשידענע ייִדישע דיאַלעקטן וואָס זי נוצט אין איר לעבן און אירע מיינונגען וועגן דעם, צי מע זאָל לערנען דעם הײַנטיקן חסידישן ייִדיש אין די אוניוועריסטטעטן אַחוצ דער כּלל־שפּראַך. דעם צווייטן עפּיזאָד קען מען הערן דאָ: //www.vaybertaytsh.com/episodes/2016/10/13/-2-.

כאָטש „ווײַבערטײַטש‟ גופֿא איז אויף ייִדיש, וויל סאָסיע פֿוקס, אַז די פּראָגראַם זאָל אויך פֿאַראינטערעסירן די, וואָס קענען (נאָך) ניט קיין ייִדיש, אָדער די, וואָס האַלטן זיך אין לערנען די שפּראַך. דערפֿאַר שאַפֿט זי רעסורסן, וואָס וועלן העלפֿן די סטודענטן פֿון ייִדיש זיך צו באַנוצן מיטן פּאָדקאַסט ווי אַ מיטל צו פֿאַרבעסערן זייער ייִדיש. ווי זי דערקלערט אין אַ ספּעציעלן ענגלישן „קיצור‟ פֿון דרײַ מינוט: צוליב דער פֿאָדערונג פֿון פֿאַרשידענע צוהערער וועט זי צושטעלן טראַנסקריפּטן פֿון די עפּיזאָדן. דעם טראַנסקריפּט פֿונעם צווייטן עפּיזאָד קען מען לייענען דאָ: https://docs.google.com/document/d/1qwtVcJLqZ2BwAcPUVEFR-BZHTQz3fVa7HQAED4pmdDQ/edit.

סאָסיע דערוואַרט, אַז דער קומענדיקער עפּיזאָד וועט אַרויסגעלאָזט ווערן אין צווייי וואָכן אַרום, נאָך די יום־טובֿים.