„גילגולים‟ זוכט נײַע ליטעראַטור אויף ייִדיש

Gilgulim Seeks New Yiddish Literature


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 23, 2016, issue of October 26, 2016.

ס׳איז ליידער הײַנט כּמעט אַ יום־טובֿ, אַז עס באַווײַזט זיך אַ נײַער נומער פֿון אַ ליטעראַרישן זשורנאַל אויף ייִדיש מחוץ דער חסידישער וועלט.

אַחוץ דעם „פֿאָרווערטס‟, „אויפֿן שוועל‟, די „ייִדישע העפֿטן‟ (פּאַריז), דעם „ייִדישן טעם־טעם‟ (פּאַריז) און דעם קליינעם ייִדישן אָפּטייל פֿונעם „ביראָביזשאַנער שטערן‟ זענען מער ניטאָ קיין אויסגאַבעס אויף ייִדיש, וואָס גייען אַרויס רעגלמעסיק. עס עקזיסטירן יאָ נאָך אַ פּאָר זשורנאַלן, וואָס קומען אַרויס איין מאָל אין אַ יובֿל: דער „יורשלימער אַלמאַנאַך‟, וואָס ווערט רעדאַקטירט פֿון ד׳׳ר דובֿ־בער קערלער, קומט אַרויס יעדע פּאָר יאָר און יצחק לודען גייט אָן ווײַטער פֿון צײַט צו צײַט מיטן אַרויסגעבן אַ דיגיטאַלישן נוסח פֿונעם „לעבנס־פֿראַגן‟. ס׳זענען אויך דאָ אַ ריי זשורנאַלן, וואָס מע האָט, אַ פּנים, אויפֿגעהערט אַרויסצוגעבן אָבער מע האָט אויף זיי דערווײַל קיין הספּדים נישט געמאַכט („די צוקונפֿט‟, „יוגנטרוף‟, די „מעלבורנער בלעטער‟, „ייִדישע שפּראַך‟ און די „ייִוואָ־בלעטער‟).

ביז לעצטנס האָט עס אויסגעזען אַז צו דער לעצטער קאַטעגאָריע פֿון „אַ פּנים אויסגעגאַנגענע זשורנאַלן‟ האָט אויך געהערט דער זשורנאַל „גילגולים‟, וואָס מע האָט אַרויסגעגעבן דרײַ מאָל אין פּאַריז. רעדאַקטירט פֿון זשיל ראָזיע, האָט דער זשורנאַל, וואָס איז אַרויסגעקומען מיט נומערן פֿון אַרום 90 זײַטן אין 2008, 2010, און 2012, אַרײַנגענומען נײַע ליטעראַרישע שאַפֿונגען פֿון שרײַבער פֿון איבער דער גאַנצער וועלט, אַרײַנגערעכנט אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט, ישׂראל נעקראַסאָוו, רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, מיכאל פֿעלזענבאַום, שלום בערגער, לעוו בערינסקי און באָריס קאַרלאָוו. אין 2014 האָט זיך אָבער ניט באַוויזן קיין נײַער נומער פֿונעם זשורנאַל, און זײַן וועבזײַט איז איבערגענומען געוואָרן דורך אַ יאַפּאַנעזישער פֿירמע וואָס פֿאַרקויפֿט, אַ פּנים, סטאַניקן.

ס׳איז אָבער לעצטנס אַרויפֿגעשטעלט געוואָרן אַ מעלדונג אויף „פֿייסבוק‟, אַז דער זשורנאַל וועט ווידער אויפֿשטיין תּחית־המתים, דאָס מאָל אונטערן דאַך פֿון דער פּאַריזער „מעדעם־ביבליאָטעק‟. זשיל ראָזיע, וואָס דינט ווײַטער ווי דער רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל, בעט, אַז די וועלכע ווילן אָפּדרוקן זייערע ליטעראַרישע ווערק אינעם זשורנאַל זאָלן אַרײַנשיקן זייערע מאַטעריאַלן (לידער, פּראָזע־ווערק, עסייען, דראַמעס אָדער איבערזעצונגען פֿון דער וועלט־ליטעראַטור) ביזן סוף דעצעמבער אויפֿן אַדרעס gilgulim@yiddishweb.com.

דער נײַער נומער וועט אַרויס אין 2017.