איינע פֿון די מעלות, אָדער חסרונות, פֿון מאַמע־לשון איז זײַן אידיאָמאַטישקייט. מע זאָגט, אַז ייִדיש־רעדערס האָבן אַ גרעסערע נטיה צו רעדן בילדעריש ווי רעדערס פֿון אַנדערע לשונות. שווער צו פּסקענען צי דאָס איז אמת. אָבער די מיינונג, אַז ייִדישע אימיגראַנטן רעדן מיט לויטער שאַבלאָנען, האָב איך אַ שיינע פּאָר מאָל מאָל געהערט. צום טייל איז דאָס דערפֿאַר וואָס אימיגראַנטן פֿאָלקסמענטשן, אָן קיין מאָדערנער דערציִונג — צי בכּלל אָן דער דערציִונג; מײַן באָבע איז, אַ שטייגער געווען אַן אומעבֿרידיקע, בשעת דער זיידע האָט געלערנט מערנישט אַ פּאָר יאָר אין חדר — האָבן געהאַט קליינע השׂגות, אַזוי ווי בײַ שלום־עליכמס כּתרילעווקער, איז זייער לשון במילא אויך געווען באַגרענעצט.
אויף אָט דער טעמע, אידיאָמאַטישקייט, זענען אין 1942 אינעם זשורנאַל „ייִדישע שפּראַך“ געדרוקט געוואָרן צוויי אינטערעסאַנטע אַרטיקלען. דער ערשטער הייסט „וואָס הייסט שרײַבן ייִדישלעך?“, וווּ מאַקס ווײַנרײַך אַנאַלאַזירט ש.־י. אַבראַמאָוויטשעס (מענדעלעס) פֿאַרטײַטש פֿון לעאָן פּינסקערס ציוניסטיש ביכעלע „אויטאָעמאַנציפּאַציאָן“. אפֿשר איז „פֿאַרטײַטש“ נישט קיין פּינקטלעך וואָרט, וואָרן מענדעלע האָט געהאַלטן, אַז דאָס אייראָפּעיִזירטע לשון, וואָס איז אין 1940, ווער רעדט נאָך אין 2016, שוין געווען אין גאַנצן אָנגענומען, וואָלט מען אין 1880 נישט פֿאַרשטאַנען. האָט ער די אַלע „אייראָפּעיִשע״ פֿראַזעס און אידיאָמען איבערפֿאָרמולירט, געמאַכט ייִדישלעך. אַ פּאָר דוגמות:
וווּ פּינסקער שרײַבט „פּראָבלעם“ שטייט בײַ מענדעלען „שווערע הלכה“;
פֿון „העטעראָגענער עלעמענט“ ווערט „עפּעס אַזאַ מין ווילד פֿרעמדער טייל“;
פֿון „עקספּלואַטירן“ ווערט „אויסנאָגן דעם מאַרך פֿון די ביינער“;
„אונטער דער מאַסקע פֿון טאָלעראַנץ“ ווערט איבערגעגעבן „אונטער אַ דעקטיכל פֿון רחמנות“.
מוזן מיר קומען צום אויספֿיר, אַז דאָס וואָס ס׳האָט אַ מאָל געטויגט טויג שוין נישט בײַם הײַנטיקן טאָג. אַז מיר האָבן איבערגענומען און אײַנגעהיימישט אַזוינע ווערטער ווי „פּראָבלעם“, „עקספּלואַטירן“, „מאַסקע“, „טאָלעראַנץ“ איז נישט שייך זיי אַרומצושרײַבן נוסח מענדעלע. אין טייל קאָנטעקסטן קען מען זיך יאָ פֿאַרגינען „אויסנאָגן דעם מאַרך פֿון די ביינער“, „שווערע הלכה“, „ווילד פֿרעמדער טייל“ אד״גל, אָבער מיט אַ מאָס.
אינעם צווייטן אַרטיקל באַקלאָגט זיך דער זשורנאַליסט זכריה שוסטער, אַז „דער ייִדישלעכער נוסח קען פֿאַרפֿירן“, אַז דאָס לשון פֿון דער מאַמע און דער באָבע פּאַסט זיך זעלטן אַרײַן אין דער פּרעסע און אין דער תּכלית־פּראָזע, וווּ מע דאַרף שרײַבן פּינקטלעך, בשעת אונדזערע בילדערישע, מעטאַפֿאָרישע אויסדריקן — „ס׳טוט זיך אויף טיש און אויף בענק“, „די גאַנצע שטאָט גייט כאָדאָראָם“, „ס׳טוט זיך חושך“, „קוצעניו־מוצעניו“ אאַז״וו — זענען אין גאַנצן אומפּינקטלעך.
דעם בעסטן משל דערפֿון געפֿינט מען אפֿשר בײַ דזשיגאַן און שומאַכער אינעם סקעטש „אין שטײַעראַמט“. דאָ איז שומאַכער געקומען צאָלן שטײַערן, זיצט ער פֿאַרן ישׂראלדיקן שטײַעראַמט און מאַכט זיך האַרץ. קומט צו גיין דזשיגאַן, אַ גרויסער נודניק און נישט קיין קליינער נאַר דערצו, און הייבט אים אָן דרייען אַ קאָפּ.
אַז דזשיגאַן פֿרעגט, „וואָס טוט מען מיטן געלט פֿון די שטײַערן?“ גיט אים שומאַכער אַ משל פֿון דעם וואָס אַ מלוכה דאַרף האָבן: „הבימה“. נאָר דזשיגאַן ווייסט גאָרנישט, אַז דאָס איז אַ טעאַטער, מיינט ער, אַז „הבימה“ איז גאָר אַ פֿרוי. (דווקא ווײַל אויף ייִדיש זאָגט מען „זי“ און „ער“ אויך אויף אומלעבעדיקע זאַכן איז עס אפֿשר נישט קיין וווּנדער?) דערציילט שומאַכער, אַז „הבימה“ וויל פֿאָרן קיין פּאַריז „צום פֿעסטיוואַל״. פֿאַרשטייט דזשיגאַן, אַז דער פֿעסטיוואַל איז אַ מאַן. ווען שומאַכער גיט אים איבער, אַז „הבימה“ וועט זײַן שווער צו פֿאַָרן, ווײַל זי האָט אַ דעפֿיציט, וויל דזשיגאַן וויסן: „וואָס זאָגט צו דעם איר באַקאַנטער, דער… פֿעסטיוואַל?“ ענטפֿערט אים אָפּ שומאַכער: „דער פֿעסטיוואַל איז דאָך נישט קיין מענטש!“ מיטן ממשותדיקן טײַטש. פֿאַרשטייט עס, אָבער, דזשיגאַן, מעטאַפֿאָריש: „אַוודאי איז ער נישט קיין מענטש. ער וואָלט געווען אַ מענטש, וואָלט ער דאָך איר געשיקט אויף הוצאָות“… נו, דאָ איז זכריה שוסטער גערעכט: דער ייִדישלעכער נוסח קען בפֿירוש פֿאַרפֿירן.
ווי ס׳איז קלאָר, איז דאָס אידיאָמאַטישע לשון טאַקע אַ גרויסע מעלה אין אַ קאָמעדיע־סקיצע. ווען מע דאַרף אָבער פּינקטלעך אויסדריקן אַ געדאַנק, דערקלערן אַ טעאָריע אָדער גיבן אינסטרוקציעס, איז בעסער עס אויסצומײַדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.