אַ סוכּה איז בדרך־כּלל אַ פּשוט געבײַ — פֿיר ווענט און אַ דאַך — וואָרן סע דאַרף דערמאָנען אין די צײַטווײַליקע, וואַקלדיקע שטיבעלעך וואָס ייִדן האָבן אין זיי געוווינט אינעם מידבר סיני נאָך יציאת־מצרים. אָבער אַ סוכּה צון אַ סוכּה איז נישט גלײַך. טוט אַ קוק, למשל, אין ישׂראל, וווּ דאָס אויפֿבויען אַ סוכּה איז געוואָרן אַ גאַנצע אינדוסטריע, איבער הויפּט פֿאַר די עלעגאַנטע האָטעלן אין ירושלים.
דער שׂימחהדיקער סוכּות טראַנספֿאָרמירט גאַנץ ירושלים. אַז דער יום־טובֿ קומט צו גיין, דערשלאָגן זיך טויזנטער עולי־רגל צום כּותל־מערבֿי, און אויף יעדער וועראַנדע צעשפּראָצן זיך אָן אַ שיעור סוכּות און סוכּהלעך. שׂימחה איז דאָך איינע פֿון די דרײַ מיצוות פֿאַרבונדן מיט דעם אָ יום־טובֿ, און אַרום דער שטאָט שׂימחהוועט מען טאַקע.
די פֿירמע „סטודיאָ יאַ־יאַ‟, מיטן באַלעבאָס אַמיתּ זאַקון בראָש, פּלאַנירט יעדעס יאָר אויס און בויט אויף אין דער שטאָט אַרום 20 סוכּות, וואָס גרייכן אין פֿאַרנעם פֿון נײַן ביז 4,900 קוואַדראַטפֿוס. ביז פֿערציק אַרבעטערס האָרעווען אַ גאַנצן מעת־לעת אין די טעג פֿאַרן גרויסן יום־טובֿ כּדי צו פֿאַרזיכערן נישט נאָר אַז אַלץ זאָל זײַן גרייט בײַ צײַטנס, נאָר אַז די סוכּות זאָלן אויך זײַן כּשר־למהדרין לויט אַלע שטרענגע הלכות פֿון דער סוכּה. למשל, דער סכך דאַרף דינען ווי אַ דאַך, אָבער דאַרף אויך אַרײַנלאָזן מער שאָטן ווי ליכט, און מע דאַרף בײַ נאַכט קענען זען די שטערן. די סוכּה דאַרף זײַן געבויט מיט נאַטירלעכע מיטלען. מע דאַרף זיך אויך היטן מיט אַלע דעקאָראַציעס וואָרן זיי דאַרפֿן קענען אויסהאַלטן קעגן דעם רעגן און קענען אויך ניט הענגען צו נידעריק. זאַקון הייבט אַרויס דעם וויכטיקן פֿאַקט, אַז אויב די פּרעכטיק שיינע און לוקסוסדיקע סוכּות ווערן נישט געבויט בהסכּם מיט דער הלכה, „זענען זיי נישט ווערט קיין גראָשן“.
פֿאַראַן אַ גרויסער נאָכפֿרעג אויפֿן „סטודיאָ יאַ־יאַ‟ — אויף צו פּלאַנירן חתונות, בר־ און בת־מיצוות, ווי אויך גרויסע ראָסקאָשנע שׂימחות ווי מע מאַכט, למשל, פֿאַר אַמעריקאַנער פּרעזידענטן וואָס קומען צו פֿאָרן (מיט די פּרעזידענטן דזשאָרדזש דאָבליו בוש און פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ בתוכם) און ברייטהאַרציקע פֿילאַנטראָפּן ווי די משפּחה בראָנפֿמאַן. כאָטש אַזוינע אונטערנעמונגען פֿאַרנעמען ס׳רובֿ פֿון דער פֿירמעס כּוח אין משך פֿון יאָר איז סוכּות די צײַט פֿון יאָר ווען דער סטודיאָ שטייט אין סאַמע בלישטש.
דער סטודיאָ פּלאַנירט אויס די שענסטע און גרעסטע סוכּות אין גאַנץ ירושלים, אַרײַנגערעכנט די סוכּות אין די ירושלימער האָטעלן וואַלדאָרף־אַסטאָריע, דוד־המלך און אינבאַל, ווי אויך די פֿון דער וווינונג פֿונעם נשׂיא (דעם פּרעזידענט פֿון מדינת־ישׂראל) און דעם „מוזיי פֿון די לענדער פֿון תּנ״ך‟ (Bible Lands Museum). סוכּות וואָס די פֿירמע שטעלט אויף דעקן סײַ פּשוטע תּנכישע טעמעס — און נעמען דערבײַ אַרײַן, למשל, נאַטירלעך האָלץ און פֿרישע ירושלימער בשׂמים — סײַ עלעגאַנטע סוכּות, מיט פּלאַסטישע מילגרוימען אָפּגעפֿאַרבט מיט מעטאַלענע שאַטירונגען. לוקסוס קאָסט דאָך אָבער אַ מאַיאָנטיק, און האָטעלן באַצאָלן טאַקע צווישן 35,000 און 75,000 דאָלאַר פֿאַר אַזוינע סוכּות. פּריוואַטע קליענטן באַצאָלן צווישן 3,000 און 25,000 דאָלאַר.
דאָס באַפּוצן די סוכּות שטעלט מיט זיך פֿאָר נישט נאָר הלכישע, נאָר אויך פּראַקטישע שוועריקייטן, אַ שטייגער, אויב מע הענגט פֿרישע בלומען קען מען עס נישט הענגען צו פֿרי, אַנישט וועלן זיי פֿאַרוויאַנעט ווערן איידער דער יום־טובֿ הייבט זיך נאָר אָן. דאַרף מען זיך שטאַרק יאָגן אַזש אין דער לעצטער מינוט.
נאָך אַ שוועריקייט: אַזוי ווי אַ סך געסט קומען יאָר־אײַן יאָר־אויס צוריק צו זייער באַליבטן האָטעל אויף סוכּות דאַרף דער „סטודיאָ יאַ־יאַ‟ יעדעס יאָר פּלאַנירן אַ סוכּה מיט אַן אָריגינעלער טעמע, מיט נײַע מינים באַפּוצונגען. נישט קיין גרינגע בראַנזשע. יעדע סוכּה דאַרף אויך אָפּשפּיגלען די סבֿיבֿה און שטימונג פֿונעם האָטעל גופֿא. למשל, דער האָטעל וואַלדאָרף איז גאָר אַ לוקסוס און דער דוד־המלך איז מער טראַדיציאָנעל. דער סטודיאָ „יאַ־יאַ‟ מיט זײַן באַלעבאָס כאַפּן אָבער אויך אַרײַן אַ מיצווה, זאָגט הרבֿ מאָרי שוואַרץ, דער בילדונגס־דירעקטאָר פֿון דער ירושלימער שול פֿאַר דערוואַקסענע א״נ פֿלאָרענס מעלטאָן, ווײַל „דאָס באַשיינען די סוכּה ווערט אַליין פֿאַררעכנט ווי אַ קידוש־השם“.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.