צו שרײַבן אַ ליטעראַרישע ביאָגראַפֿיע איז ניט קײן פּשוטע זאַך. מען דאַרף קודם־כּל אָנזאַמלען כּלערלײ פֿאַקטן װעגן דעם העלדס משפּחה און סבֿיבֿה, װעגן זײַנע װערק און זײער אױפֿנאַמע. אָבער דאָס שװערסטע איז צו באַהאַנדלען די שאַפֿונג גופֿא. קען מען זי אױסטײַטשן װי אַ מין אילוסטראַציע פֿונעם לעבן, אָדער פֿאַרקערט, דאַרף מען אפֿשר „אַרײַנלײענען‟ די פֿאַרשידענע אומשטאַנדן אינעם קאָנטעקסט פֿון דער ליטעראַרישער שאַפֿונג? װאָס קומט פֿריִער, די פֿאַקטישע װירקלעכקײט אָדער דער ליטעראַרישער כּוח־הדמיון?
קײן אײנדײַטיקער ענטפֿער אױף דער דאָזיקער קשיא איז ניטאָ. בײדע װעגן קענען פֿירן צו אַ הצלחה אָדער אַ מפּלה. אָבער זעקערי לידערס שטודיע פֿון די ערשטע פֿופֿציק יאָר פֿון שאול בעלאָוס לעבן איז אַ פּרוּװ צונױפֿצוברענגען בײדע צוגאַנגען. לידער, אַן אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָר פֿון דער ענגלישער ליטעראַטור פֿון לאָנדאָן, איז אַ געניטער מומחה אינעם זשאַנער פֿון דער ליטעראַרישער ביאָגראַפֿיע, װאָס איז גלײַך באַהאַװנט סײַ אין דער היסטאָרישער פֿאָרשונג סײַ אין דער ליטעראַרישער קריטיק.
בעלאָוס לעבן ליפֿערט אַ רײַכן שטאָף פֿאַר אַן אַרומנעמיקער קולטור־געשיכטע פֿון זײַן תּקופֿה בכּלל און פֿון ייִדן אין אַמעריקע בפֿרט. אַ זון פֿון רוסישע אימיגראַנטן אין מאָנטרעאַל, איז ער געװען אַ גיריקער און דערפֿאָלגרײַכער אַרױפֿגײער. ער איז געװען פֿאַרטאָן אין טראָצקיזם, האָט שטודירט אַנטראָפּאָלאָגיע, זיך געדרײט צװישן ניו־יאָרקער חכמים, געלעבט אין פּאַריז; הקיצור, ער איז געװען תּמיד פֿאַרטאָן אין דעם װאָס איז געװען נײַ און אױפֿרײצנדיק. דערבײַ איז בעלאָו תּמיד פֿאַרבליבן געטרײַ זײַן ליטעראַרישן שליחות. פֿון לעבן האָט ער געשעפּט מאַטעריאַל פֿאַר זײַן שרײַבן, און אין זײַנע װערק האָט ער זיך אָפּגערופֿן אױף די דאגות פֿון זײַן צײַט.
די ייִדישע טעמע פֿאַרנעמט אין לידערס ביאָגראַפֿיע אַ װיכטיק אָרט. בעלאָו האָט זיך שטאָלצירט מיט זײַן אימיגראַנטישן ייִחוס. ער האָט זיך ניט געשעמט צו כאַפּן אַ שמועס אױף ייִדיש אַפֿילו דאָרט, װוּ מען האָט אױף דעם געקוקט קרום, װי למשל אינעם ענגלישן אָפּטײל פֿונעם אוניװערסיטעט פֿון מינעסאָטאַ. אין די 1930ער און 1940ער יאָרן, דערקלערט לידער, זײַנען די ענגלישע אָפּטײלן געװען געשטימט גאַנץ אַנטיסעמיטיש. מען האָט געהאַלטן, אַז ייִדן זײַנען בטבֿע ניט פֿעיִק צו באַגרײַפֿן די טיפֿקײט פֿון דער ענגלישער ליטעראַטור, װאָס איז טיף אײַנגעװאָרצלט אין קריסטנטום.
„בעלאָוס אינטערעס צו אַנטיסעמיטיזם אין די מיט־1940ער יאָרן איז געװען אַ טעאָרעטישער, אַ פּערזענלעכער און אויך אַ היסטאָרישער,‟ דערקעלרט לידער. בעלאָו האָט שעפֿעריש דערפֿאָרשט דעם אַמעריקאַנער „אינטעלעקטועלן‟ אַנטיסעמיטיזם אין זײַן צװײטן ראָמאַן „דער קרבן‟ (1947). ער האָט געשעפּט מאַטעריאַל פֿאַר דעם ראָמאַן פֿון די פּאָר יאָר װאָס ער האָט פֿאַרבראַכט אין ניו־יאָרק אין דער סבֿיבֿה אַרום דעם זשורנאַל Partisan Review. צװישן די רעדאַקטאָרן און מחברים זײַנען געװען די סאַמע שאַרפֿזיניקע און אײַנפֿלוסרײַכע אַמעריקאַנער קריטיקער, שרײַבער און דענקער פֿון יענער צײַט. דערבײַ זײַנען זײערע מאַנערן געװען װײַט פֿון דער סנאָבישער אײדלקײט פֿון די אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָרן. זײ זײַנען געװען לינק אין זײערע פּאָליטישע אָנזיכטן, אָבער קריטיש לגבי דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. זײ האָבן זיך ניט געהאַלטן בײַ קײן פּאַרטײ־ליניע, און בײַ יעדער געלעגנהײט האָבן זײ זיך אַרײַנגעלאָזט אין הײסע סיכסוכים.
בעלאָו האָט שפּעטער געשריבן, אַז אין דער דאָזיקער סבֿיבֿה האָט מען ניט געמאַכט קײן חילוק צװישן אַ שרײַבער און אַן אינטעלעקטואַל. און דװקא דאָס האָט שטאַרק באַװירקט זײַן שאַפֿונג. אין אַלע ליטעראַרישע װערק זײַנע הערט מען אָפּקלאַנגען פֿון מחשבֿות און פּראָבלעמען, װאָס האָבן אים פֿאַרטאָן אין דער צײַט פֿונעם שרײַבן. בעלאָוס געדאַנקענגאַנג איז ניט געװען אידעאָלאָגיש גראָדליניק. ער האָט זיך אינטערעסירט מיט מאַרקסיזם, אַנטראָפּאָלאָגיע, פּסאָכאָ־אַנאַליז, אַנטראָפּאָסיפֿיע, ציוניזם. ער האָט ליב געהאַט די פֿראַנצױזישע און די רוסישער ליטעראַטור, אָבער האָט געזוכט אַן אױטענטישן אַמעריקאַנער סטיל פֿאַר זײַנע װערק. און אָט די אַלע אינטערעסן זײַנע האָט ער דורכגעלאָזט דורך זײַן שעפֿערישער פּערזענלעכקײט. ער איז געװען גאַנץ חוצפּהדיק אין זײַנע באַציִונגען מיט מענטשן, אָבער טיף אין האַרצן פֿאַרבליבן ניט זיכער װעגן זײַן װערט װי אַ „מענטש‟ און אַ שרײַבער.
לידערס ביאָגראַפֿיע איז גוט צו לײענען אי װי אַ שטיקל פֿון דער אַמעריקאַנער קולטור־געשיכטע פֿון די מיטעלע יאָרן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט, אי װי אַ װעגװײַזער צו בעלאָוס װערק ביז 1964, װען עס איז אַרױס זײַן סאַמע באַרימטער ראָמען „הערצאָג‟. יעדע קאַפּיטל איז געבױט אַרום אַ געװיסן װיכטיקן מאָמענט אין בעלאָוס לעבן: אַ נײַע ליבע, אַ נײַ בוך, אַ נײַער אָרט. לידער ברענגט צונױף מערקװירדיקע פּרטים און אימאַזשן פֿון בעלאָוס װערק מיט פֿאַקטן פֿון זײַן לעבן, װאָס ער שעפּט פֿון ביז גאָר פֿאַרשידענע קװאַלן. דװקא די שפֿע און די פֿילזײַטיקײט פֿון די דאָזיקע מקורים מאַכן לידערס אױסטײַטשונגען פּינקטלעך און איבערצײַגעװדיק.
דער זשאַנער פֿון דער ליטעראַרישער ביאָגראַפֿיע איז אײנער פֿון די װיכטיקסטע יסודות פֿאַר ליטעראַטור־געשיכטע. אַ גוטע ביאָגראַפֿיע העלפֿט אונטערהאַלטן דעם לײענערישן אינטערעס סײַ צו דעם שרײַבער און סײַ צו זײַן תּקופֿה. עס איז אַ גרױסער חסרון פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור־פֿאָרשונג, װאָס מיר האָבן עד־היום אַזױ װײניק ערנסטע ביאָגראַפֿישע שטודיעס פֿון די גרעסטע ייִדישע שרײַבער. זײערע לעבנס זײַנען געװען ביז גאָר רײַך מיט דראַמאַטישע געשעענישן, און װאָלטן אַנטפּלעקט די מאָדערנע ייִדישע געשיכטע פֿון ביז גאָר נײַע זײַטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.