ווי איר טאַטנס ווערטער האָט זי אומגעקערט צו ייִדיש

How Her Father's Words Brought Her Back to Yiddish

העלען פּאַלאָגע
העלען פּאַלאָגע

פֿון מירע־רבֿקה קאַן

Published October 27, 2016, issue of November 23, 2016.

פֿערציק יאָר לאַנג האָט העלען פּאַלאָגע, אַן אײַנוווינערין פֿון חיפֿה, קוים אַרויסגערעדט אַ וואָרט אויף ייִדיש, כאָטש דאָס איז גע­ווען איר מאַמע־לשון.

פֿאַרװאָס האָט זי אַזױ לאַנג געװאַנדערט פֿון דער שפּראַך װאָס אירע עלטערן האָבן גע­רעדט? העלען האָט לעצטנס דערציילט איר אינ­טערעסאַנטע געשיכטע, אָנהייבנדיק פֿון אירע קינדעריאָרן אין קאַנאַדע און ניו־יאָרק, אין איר בלאָג פּאָסט, Back to Yiddish. װי אַ סך קינ­דער דערצויגן בײַ בונדיסטישע משפּחות, איז ייִדיש געװען אַ װיכ­טיקער טייל פֿון איר דער­ציִונג, אָבער ווען זי איז אַוועק פֿון דער היים האָט זי צו־ביסלעך כּמעט אַלץ פֿאַרגעסן.

איין מאָל האָט זי אָבער עפּעס געפֿונען, וואָס האָט אַרויסגערופֿן אַ בענקשאַפֿט: אַ טאָגבוך אויף ייִדיש, וואָס איר טאַטע, אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, האָט אָנגעהויבן שרײַבן, פֿאָרנדיק אויף דער באַן פֿון פּאַריז קיין נעאָפּאָל, צוויי יאָר נאָכן חורבן. העלען האָט זיך ספּעציעל דערפֿרייט ווײַל דער טאַטע איז ניפֿטר געװאָרן װען זי איז געװען נאָר זיבן יאָר אַלט, און זי האָט טאַקע ווייניק געדענקט וועגן אים.

„99% פֿון די פּרטים זײַנען מיר בכלל נישט געװען באַקאַנט,‟ האָט העלען געזאָגט וועגן דעם טאָגבוך. „דער שענסטער טייל איז טאַקע געװען זיך צו באַקענען מיט אים װי אַ מענטש, מיט זײַנע אייגענע געפֿילן און שטרעבונגען, און נישט נאָר װי אַ טאַטע.‟

זי האָט, למשל, בכלל נישט געװוּסט אַז אירע טאַטע־מאַמע זײַנען אַ מאָל געװען אין איטאַליע. װי אַ סך ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, האָבן זיי ווייניק גערעדט װעגן יענע יאָרן.

דאָס טאָגבוך האָט געמאַכט אַזאַ רושם אויף העלען, אַז זי האָט זיך אונטערגענומען עס אַליין איבערצוזעצן אויף ענגליש — נישט נאָר פֿאַר זיך, אָבער זי האָפֿט אַז אירע קינדער װעלן זיך אויך עפּעס לערנען דערפֿון. זי האָט דרײַ קינדער: אַ טאָכטער וואָס איז 35 יאָר אַלט; אַ זון וואָס איז 31, און אַ טאָכטער וואָס איז 27; און אין די לעצטע פּאָר חדשים — צוויי אייניקלעך.  

„מײַן עלטסטע טאָכטער האָט עס שוין איבער­געלייענט, און עס האָט זי אויך שטאַרק גע­רירט,‟ האָט העלען באַמערקט. „מײַן זון איז נישט קיין גרױסער לייענער, און מײַן ייִנגסטע טאָכטער האָט עס דערווײַל אַװעקגעלייגט, אָבער עס מאַכט מיר נישט אױס. עס װעט זײַן װיכטיק פֿאַר זיי שפּעטער,‟ — פּונקט װי עס האָט איר אַליין גענומען אַ לאַנגע צײַט „צוריקצוקומען‟.

קיין ייִדיש קענען אירע קינדער נישט; בלויז ענגליש און עבֿרית. אויף דער פֿראַגע, צי װאָלט זי געקענט מיט זיי רעדן ייִדיש, האָט העלען אָפֿן־האַרציק געענטפֿערט: „אפֿשר יאָ, אָבער עס װאָלט געװען מאָדנע און אומבאַקװעם.‟

„די מערהייט פֿון די בונדיסטישע משפּחות האָבן טאַקע נישט געהאַט קיין הצלחה אױפֿצוהיטן ייִדיש בײַם ייִנגערן דור,‟ האָט העלען ווײַטער געזאָגט. „ס׳איז דאָ אַ סתּירה דאָ: פֿון איין זײַט — דאַרף מען ווערן אַ טייל פֿון דער געזעלשאַפֿט, אָבער פֿון דער אַנדערער — דאַרף מען בלײַבן אָפּגעזונדערט װי ייִדן. דערפֿאַר האָבן מיר, די װעלטלעכע ייִדן, נישט באַוויזן די זעלבע המשכ­דיקייט װי די פֿרומע. אָבער אַ טייל פֿון אונדז זעען װאָס מיר האָבן פֿאַרלױרן פֿון דער שפּראַך און קולטור, און מיר הייבן ווידער אָן צו טראַכטן וועגן אונדזער ייִדישקייט. הײַנט איז עס מער נישט קיין בושה צו קענען אונדזער שפּראַך.‟

העלען איז ווײַט נישט די איינציקע אין מדינת־ישׂראל, וואָס האָט זיך לעצטנס דער­נענ­טערט צו ייִדיש. װען זי האָט ערשט עולה גע­ווען אין די 1970ער יאָרן, איז איר געװען אַ חידוש, וואָס זי הערט אַזױ װייניק ייִדיש אין ישׂראל. זי האָט בכלל נישט געװוּסט װעגן דעם אַנטאַגאָניזם צו ייִדיש מצד אַ סך ציוניסטן. אָבער הײַנט איז דער „קלימאַט‟ זייער אַנדערש. װען דער קולטור־דירעקטאָר פֿון איר קיבוץ האָט גע­הערט אַז זי גרייט זיך איבערצוזעצן איר טאַטנס טאָגבוך, האָט ער זי פֿאַרבעטן צו ווערן דאָרט אַ ייִדיש־לערערין. העלען האָט אָנגענומען די שטעלע, און איר לעבן איז הײַנט בכלל אַ סך מער „פֿאַרייִדישט‟ געװאָרן.

העלען זעט אָבער אַ חילוק צװישן דעם מצבֿ פֿון ייִדיש אין אַמעריקע און אין ישׂראל. „אין אַמעריקע זענען מער יונגע לײַט פֿאַר­אינטערעסירט מיט ייִדיש ווי דאָ. איר האָט די ׳ייִדיש פֿאַרם׳, דעם ׳ייִדישן ביכער־צענטער׳, און יונגע משפּחות װאָס רעדן אױף מאַמע־לשון מיט די קינדער. אָבער אין ארץ־ישׂראל איז עס גיכער מענטשן פֿון מײַן דור, װאָס װילן גע­דענ­קען די שפּראַך פֿון די קינדעריאָרן.‟