דער יסודותדיקער קבלה־ספֿר „תּיקוני זוהר‟ באַשטייט פֿון מיסטישע אָפּטײַטשן פֿון בלויז דעם ערשטן וואָרט אינעם חומש, „בראשית‟. אומצאָליקע ליטעראַרישע ווערק אַרום דער וועלט זענען אויך באַגרינדעט אויף דער מעשׂה פֿון אָדם און חוה. אין דער וועלטקולטור איז עס, מסתּמא, דער באַקאַנטסטער און פּאָפּולערסטער תּנ״כישער סוזשעט.
דעם פֿאַרגאַנגענעם יום־טובֿ, שׂימחת־תּורה, האָבן מיר געלייענט די לעצטע פּרשה, „וזאת הברכה‟, אין וועלכער משה רבינו האָט געבענטשט יעדן ייִדישן שבֿט מיט אַ באַזונדערער ברכה. הגם די דאָזיקע סדרה פֿאָקוסירט זיך אויף ספּעציפֿישע ייִדישע ענינים און ווערט זעלטן דערמאָנט אין דער אַלגעמיינער וועלט־ליטעראַטור, איז זי פֿאָרט פֿאַרבונדן מיט פּרשת־בראשית. אין די שלוס־פּסוקים ווערט דערציילט, ווי די ייִדן האָבן באַוויינט משה נאָך זײַן פּטירה. אַפֿילו אַזאַ גרויסער צדיק און נבֿיא האָט נישט געקאָנט אויסמײַדן די קאָסמישע טויטשטראָף פֿאַר אָדם־הראשונס חטא.
בײַם סאַמע סוף פֿון דער תּורה ווערט משה רבינו באַדאַנקט פֿאַר די מעשׂים־טובֿים, וואָס ער האָט געטאָן „לעיני כּל ישׂראל‟ — פֿאַר די אויגן פֿונעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק. רש״י איז מסביר, לויטן באַקאַנטן מאמר־חז״ל, אַז די תּורה באַדאַנקט דעם נבֿיא פֿאַרן צעברעכן די ערשטע לוחות. עס באַקומט זיך, אַז אין אַ געוויסן זין חזרט זיך דאָ איבער די מעשׂה מיטן חטא־אָדם־הראשון. ווי עס ווערט דערקלערט אין ספֿרי־קבלה און חסידות, האָבן די ייִדן נאָך דער קבלת־התּורה גובֿר געווען די קללה פֿון אָדם און חוה. די וועלט איז דעמאָלט געווען גרייט זיך אומצוקערן צום אָריגינעלן גן־עדנדיק מצבֿ. מחמת דעם חטא־עגל־הזהבֿ איז אָבער די פּאָטענציעלע גאולה דורכגעפֿאַלן; צוליב דעם האָט משה געמוזט צעברעכן די ערשטע לוחות און ווידער באַקומען די מיצוות אויפֿן באַרג סיני, כּדי זיי איבערצוגעבן אויף אַ מער פֿאַרשטענדלעכן אופֿן, לויט דער מדרגה פֿון דער געפֿאַלענער פֿאַרזינדיקטער וועלט, וווּ מע מוז בפֿירוש וואָרענען די מענטשן, אַז זיי טאָרן נישט הרגענען איינער דעם צווייטן.
שׂימחת־תּורה האָבן מיר געשלאָסן דעם יערלעכן ציקל פֿון תּורה־לייענען און האָבן שוין אָנגעהויבן לייענען די הײַנטיקע פּרשה. דער דאָזיקער מינהג, צו פֿאַרבינדן דעם סוף פֿון דער תּורה צו איר אָנהייב, סימבאָליזירט איר אייביקייט און אינערלעך שלימות. עס באַקומט זיך, אַז די ספּעציפֿישע גײַסטיקע מפּלה פֿון ייִדן, צוליב וועלכער משה רבינו האָט צעבראָכן די לוחות, ווערט אַסאָציִיִרט מיטן אַלגעמיינעם פֿאַל פֿון דער מענטשהייט, בראָש מיט אָדם־הראשון. פֿונדעסטוועגן, זאָגט אונדז די תּורה בײַם סוף פֿון דער לעצטער סדרה, אַז מיטן צעברעכן די לוחות האָט משה געטאָן אַ גרויסע טובֿה. פֿרעגט זיך אַ קשיא: צי קאָנען מיר אויך באַדאַנקען אָדם־הראשון, אין אַ געוויסן זין, פֿאַרן עסן די פֿאַרבאָטענע פּרי?
דעם יערלעכן תּורה־ציקל קאָן מען פֿאַרגלײַכן מיטן אוראַלטן סימבאָל פֿונעם „אוראָבאָראָס‟ — אַ שלאַנג, וואָס בײַסט איר אייגענעם עק, וואָס סימבאָליזירט די ציקלישע נאַטור און די גײַסטיקע נשמה־טראַנספֿאָרמאַציע. אין קבלה־ספֿרים ווערט דער דאָזיקער סימבאָל — „תּלי‟ אויף לשון־קודש אַסאָציִיִרט מיטן קרײַזגאַנג פֿון דער זון און לבֿנה אינעם הימל. רבי אַבֿרהם־דובֿ אָווריטשער דערקלערט אין זײַן קלאַסישן חסידישן ספֿר „בת עין‟, אַז דער אייבערשטער האָט באַדאַנקט משה רבינו פֿאַרן צעברעכן די לוחות, ווײַל דאָס געפֿיל פֿון צעבראָכנקייט קאָן ברענגען דעם מענטש צו העכערע מדרגות פֿון תּשובֿה און דבֿקות. ווען אָדם און חוה וואָלטן געבליבן אינעם גן־עדן, וואָלט זייער לעבן געווען הייליק און גליקלעך, אָבער פֿאַרגליווערט. דער באַשעפֿער האָט באַדאַנקט משה פֿאַרן צעברעכן די לוחות, כּדי צו ווײַזן, אַז דאָס לעבן אין אַ דינאַמישער זיך־דרייענדיקער וועלט האָט אַ מעלה דווקא צוליב דער כאַאָטישער דינאַמישקייט. נאָך דער נאַכט קומט דער טאָג, און נאָכן ווינטער קומט דער פֿרילינג. אינעם דרייעניש פֿון דער מענטשלעכער נשמה דינען די מפּלות צומאָל אויך ווי אַ פּרעלודיע צו נײַע ליכטיקע אַנטפּלעקונגען.
אַן אַנדער גרויסער חסידישער צדיק, דער אָפּטער רבֿ, טײַטשט אָפּ אין זײַן ספֿר „אוהבֿ ישׂראל‟ אויף אַ גאָר טיפֿן אופֿן דעם מדרש, לויט וועלכן חוהס נאָמען איז פֿאַרבונדן מיטן וואָרט „חיויא‟, וואָס אויף לשון־תּרגום מיינט אַ שלאַנג. דאָס מיינט נישט, חלילה, להיפּוך צום גראָבן פֿאָלק־אָפּטײַטש פֿונעם דאָזיקן מאמר־חז״ל, אַז די פֿרויען פֿאַרפֿירן די מענער ווי גיפֿטיקע שלענג. אַדרבה, די תּורה באַטאָנט, אַז חוה איז געווען „אם כּל חי‟ — די מאַמע פֿון אַלץ, וואָס לעבט. זי האָט אָבער געהייסן דווקא חוה, און נישט חיה, ווײַל דער לאַנגער אות „וואָוו‟, אין פֿאַרגלײַך מיטן קליינעם „יוד‟, סימבאָליזירט ווידער די דינאַמישקייט, וועלכע זי האָט געבראַכט אין דער וועלט נאָכן טועם זײַן די פֿאַרבאָטענע פּרי. דער אות „וואָוו‟ באַצייכנט די מעגלעכקייט זיך אַרויפֿקלעטערן נאָכן אַראָפּפֿאַלן ביזן סאַמע שפּיץ. די עבֿודת־התּשובֿה אין אונדזער צעבראָכענער כאַאָטישער וועלט, וווּ מיר לײַדן נישט זעלטן פֿון טעותן און מפּלות, גיט אונדז דעם טרײַב־כּוח צו דערגרייכן העכערע רוחניותדיקע וועלטן, וואָס אינעם סטאַטישן גן־עדנדיקן לעבן וואָלט זיי נישט געווען צוטריטלעך.
עס באַקומט זיך, אַז דער נחש, וועלכער האָט אײַנגערעדט חוה צו פֿאַרזוכן די פּרי, האָט אויך געשפּילט אַ געוויסע פּאָזיטישע ראָלע. דער נחש סימבאָליזירט דעם מענטשלעכן יצר־הרע, וואָס זי פֿירט אונדז צומאָל אינעם דרייעניש פֿון אונדזער לעבן אויף אומגעריכטע דרכים. שטרעבנדיק צו פֿאַרפֿירן דעם מענטש, קאָנען די אינערלעכע פֿינצטערע פּסיכאָלאָגישע כּוחות אונדז ברענגען אויך צו אָריגינעלע, גוטע און אומגעריכט הויכע השׂגות. ס׳איז פֿאַראַן אַ שײַכות צווישן אומבאַוווּסטזיניקע אינסטינקטן און געניאַלע מחשבֿה־בליצן פֿונעם עכטן רוח־הקודש. אין דער שלענגלענדיקער נאַטור פֿונעם לעבן שטעקן באַזונדערע מעלות — אַבי מע זאָל נישט בלײַבן אין דער גרוב אויפֿן שווערן און מסוכּנעם וועג צו זיי.
דאָס וואָרט „משיח‟ האָט די זעלבע גימטריא, ווי „נחש‟. על־פּי־קבלה, ווערט משיח אָנגערופֿן „נחש דקדושה‟. הגם יענער פּערסאָנאַזש פֿון אונדזער פּרשה איז, אַוודאי, אַ שלעכטער, שפּילט ער אַ וויכטיקע ראָלע אינעם גאולה־פּראָצעס. ווי געזאָגט, ווערט דער אַסטראָנאָמישער יערלעכער ציקל אַסאָציִירט אין געוויסע קבלה־ספֿרים, ווי אויך אין פֿאַרשיידענע וועלט־טראַדיציעס, מיט אַ פּאַראַדאָקסאַלער מיטאָלאָגישער שלאַנג, וואָס עסט אויף איר אייגענעם עק. די פֿאַרגאַנגענע יום־טובֿים האָבן אונדז געגעבן די מעגלעכקייט צו פֿאַרוואַנדלען אונדזער עבֿודת־התּשובֿה אין זכותים. אַזוי ווי דער „אוראָבאָראָס‟, איז דער פֿאַרגאַנגענער ציקל פֿון יום־טובֿים מסוגל „אויפֿצועסן‟ אונדזער יצר־הרע און אויסנוצן די אינסטיקטישע טרײַב־כּוחות פֿאַר הייליקע צוועקן. דער משיחישער כּוח אין דער מענטשלעכער נשמה איז אויך, אין אַ געוויסן זין, אַ „נחש‟ — דער הייליקער אַספּעקט פֿון אונדזער לעבן, צוליב וועלכן דער באַשעפֿער האָט פֿאַרשיקט די מענטשלעכע נשמה פֿונעם שטילן גן־עדן אין דער גשמיותדיקער וועלט, ווי אַ „ירידה לצורך עליה‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.