אין דער רוסלענדישער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע זענען פֿאָרגעקומען די יערלעכע וואַלן, אין וועלכע מע קלײַבט אויס נײַע פּראָפֿעסאָרן פֿון דער אַקאַדעמיע צו פֿאַרנעמען דאָס אָרט פֿון די, וואָס זענען הײַיאָר ניפֿטר געוואָרן. אין דער אַקאַדעמיע זענען דאָ צוויי מדרגות. די העכסטע פֿון זיי האָט באַקומען פּראָפֿ׳ וולאַדימיר פּלונגיאַן, אַ באַרימטער לינגוויסט, אַ קענער פֿון אַפֿריקאַנער שפּראַכן, וואָס האָט אויך אָנגעפֿירט מיט שאַפֿן דעם „קאָרפּוס פֿון דער מאָדערנער ייִדישער שפּראַך‟, אַ כּוללדיקע דאַטע־באַזע פֿון דער ייִדישער לינגוויסטיק.
דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ איז ממשיך זײַן סעזאָן. דעם 27סטן אָקטאָבער ווערט דורכגעפֿירט אַ באַגעגעניש, געווידמעט דער רעליגיעזער סיטואַציע און פֿאָלקלאָר אין די סאָוועטישע צײַטן — סײַ בײַ ייִדן סײַ בײַ רוסן. די באַגעגעניש הייסט „סערפּ און טאַבו: רעליגיעזע פֿאַרבאָטן און פֿאָלקסטימלעכע קולטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד‟, און רעפֿעראַטן וועלן האַלטן צוויי מענטשן: ד״ר מאַריאַ קאַספּינאַ, פֿאָלקלאָריסטין און קענערין פֿון ייִדישער עטנאָגראַפֿיע, און פּראָפֿעסאָר סוועטלאַנאַ אַדאָניעוואַ, קענערין פֿון מאָדערנעם רוסישן פֿאָלקלאָר. מאַריאַ קאַספּינאַ וועט האַלטן אַ רעפֿעראַט, „סאָוועטיש און כּשר‟ וועגן דער טראַנספֿאָרמאַציע פֿון רעליגיעזע פֿאַרבאָטן בײַ ייִדן אונטער די סאָוועטן, ווי אויך כּלערליי קאָמפּראָמיס־נאָרמעס, ווי, למשל: צו חזיר־פֿלייש ניצט מען אַ באַזונדערן מעסער, אָדער אַז מע לייגט אויף איין עק טיש די מצה, לייגט מען אויפֿן אַנדערן — די משקה. סוועטלאַנאַ אַדאָניעוואַ וועט דערציילן וועגן ענלעכע דערשײַנונגען בײַ די רוסן.
אין דעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַן אָוונט, געווידמעט אַנדזשיי ווײַדאַ, וואָס איז אַנומלט ניפֿטר געוואָרן. מע האָט דעמאָנסטרירט זײַן פֿילם „קאָרטשאַק‟ און אָרגאַניזירט נאָך דעם אַ דיסקוסיע, וואָס מיט איר האָט אָנגעפֿירט דער הויפּט פֿונעם מוזיי ר׳ ברוך גאָרין. איינער פֿון די פּאַנעליסטן איז געווען דער קינאָ־פֿאָרשער און רעצענזענט, דעניס ווירען.
דער צענטער פֿאַר לערנען ייִדישע לימודים אין רוסלענדישע אוניווערסיטעטן — „ספֿר‟ לאַנסירט אַ נײַעם אָנלײַן־קורס אין ייִדישע לימודים, וואָס ס׳וועט האַלטן די קענערין פֿון ייִדישער און אייראָפּעישער קונסט, ד״ר דילשאַט כאַרמאַן. דער קורס הייסט „ייִדישע אילוסטרירטע כּתבֿ־ידן פֿון מיטל־אַלטער‟ און באַשטייט פֿון פֿינף לעקציעס. די רייד גייט וועגן דער אָפּשפּיגלונג פֿון תּנ״כישע סוזשעטן אין כּתבֿ־ידישע אילוסטראַציעס, וועגן רעפּרעזענטאַציע פֿון טאָגטעגלעכן ייִדישן לעבן אין זיי, און וועגן דעם פֿאַרבאָט צו צייכענען מענטשן אין רעליגיעזער ייִדישער קונסט.
צוויי ידיעות פֿון פּעטערבורג: דאָרטן ווערט די טעג דורכגעפֿירט אַ פֿעסטיוואַל פֿון ייִדיש. די אונטערנעמונגען קומען פֿאָר אינעם הויז פֿון ייִדישער קולטור „יסוד‟. די גרעסטע פּעטערבורגער ייִדיש־קענערין ד״ר וואַלענטינאַ פֿעדטשענקאָ האַלט רעפֿעראַטן וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדיש און דער אַנטשטייונג פֿון מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור, און ד’’ר מרדכי יושקאָווסקי, דער דירעקטאָר פֿון צענטער פֿון ייִדישער קולטור בײַם פּעדאַגאָגישן קאַלעדזש „לוינסקי‟ אין תּל־אָבֿיבֿ, דערציילט וועגן ייִדיש אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און וועגן פּערספּעקטיוון פֿון דער שפּראַך אינעם 21סטן יאָרהונדערט. מע וועט אויך דורכפֿירן אַ קאָנצערט פֿון קלעזמער־מוזיק.
אין פּעטערבורגער מוזיי פֿון מאָדערנער קונסט, „עראַרטאַ‟, האָט זיך געעפֿנט אַ קורצע אויסשטעלונג, „קונסט, וויסנשאַפֿט און טעכניק: דער ישׂראלדיקער צוגאַנג‟. דער ציל פֿון דער אויסשטעלונג איז ניט נאָר צו ווײַזן דעם עולם די טעכנאָלאָגיעס פֿון ישׂראל, נאָר אויך אַרומצורעדן די טעמע: די השפּעה פֿון וויסנשאַפֿטלעכע און טעכנישע אינאָוואַציעס אויפֿן מענטשלעכן לעבן און דענקען. עס ווערן אויסגעשטעלט אַ פּאָר טוץ ווערק פֿון ישׂראלדיקע קינסטלער, פֿאָטאָגראַפֿן, דיזײַנערס און אַרכיטעקטן. צווישן די עקספּאָנאַטן — ראָבאָטן, אינסטאַלאַציעס און אַ מיטל פֿאַר מאַטעריאַליזאַציע פֿון מחשבֿות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.