אין 1938 און 1939 האָבן די ברידער שאול און יצחק גאָסקינד, וואָס האָבן אָנגעפֿירט מיט דער וואַרשעווער פֿילם־פֿירמע „סעקטאָר־פֿילמען‟, פּראָדוצירט זעקס דאָקומענטאַר־פֿילמען וועגן פֿאַרשידענע ייִדישע קהילות אין פּוילן: וואַרשע, ווילנע, לעמבעריק, קראָקע, ביאַליסטאָק און לאָדזש. דער פֿילם וועגן לאָדזש איז נעלם געוואָרן אָבער מע קען נאָך אַלץ זען די אַנדערע פֿינף, אַ דאַנק דעם „נאַציאָנאַלן צענטער פֿאַרן ייִדישן פֿילם‟ אין „בראַנדײַס אוניווערסיטעט‟, וואָס האָט רעסטאַוורירט די סעריע.
אינעם פֿילם מאַכט דער נאַראַטאָר אָשר לערנער אַ טור פֿון דער שטאָט און גיט — אויפֿן שפּיץ מעסער — צו פֿאַרשטיין די געאָגראַפֿיע, געשיכטע, קולטור און אַרכיטעקטור פֿון דער שטאָט. ערבֿ דער מלחמה האָבן דאָרט געוווינט אַרום 109,500 ייִדן — אַ דריטל פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג.
אויפֿן פֿילם זעט מען פֿאַרשידענע מערקפּונקטן פֿון דער שטאָט: דאָס ראָטהויז, די שטיינערנע לייבן (די שטאָטעמבלעם), עטלעכע טעאַטערס, דעם מוזיי, דעם ייִדישן האַנדל־צענטער, דעם „בנין פֿון דער ייִדישער קהילה“, און דעם ייִדישן שפּיטאָל א״נ לאַזאַרוס (אַ גרויסער פֿילאַנטראָפּ געווען).
דער נאַראַטאָר דערמאָנט דעם אינטערנאַציאָנאַלן האַנדל־יאַריד, וווּ סע קומען אויסשטעלן פֿאָרשטייערס פֿון אַנדערע מלוכות, ווי אויך דעם אַלטן מאַרק (וווּ מע קען קויפֿן „אַלץ וואָס אײַער האַרץ באַגערט“). אומעטום קען מען געפֿינען „גערטנער, פּאַרקן און בלומען“. די אַמאָליקע געטאָ (ד״ה, אין די יאָרן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה) איז געווען דאָס „האַרץ פֿון ייִדישן לעמבעריק“, וווּ מע קען נאָך הײַנט הערן דאָס לעמבעריקער ייִדיש – „עך, מעך, זעך, דעך“. ער ווײַזט אונדז אויך דעם קבֿר פֿון דער „גאָלדענער רייזע“ אויפֿן אַלטן בית־עולם וווּ פֿרויען קומען נאָך הײַנט „אויסגיסן זייערע ליידן און ביטער האַרץ“. ווער ס׳איז געווען די רייזע און פֿאַר וואָס מע וויינט אויפֿן קבֿר ווערן צום באַדויערן נישט דערמאָנט…
מע זעט דאָ פֿאַרשידענע קאָנטראַסטן: מאָדערנע אויטאָס, טראַמווײַען און פֿערד־און־וואָגנס; סײַ די אָרטאָדאָקסישע שיל א״נ מרביצי תּורה סײַ דעם מאָדערנעם טעמפּל; ייִדן וואָס זענען זייער לײַטיש אָנגעטאָן אין שיינע אַנצוגן (יאָ, אַפֿילו די פֿרויען) און מיט היטלעך און קאַפּעליטשן, ווי אויך „לופֿטמענטשן“ וואָס זוכן פּרנסה, אָרעמע־לײַט וואָס מ׳האָט אָנגערופֿן „פּופּקעס“, און „באַרטיאַרן“, וואָס „מיט זיי וויל מען נישט האָבן צו טאָן“… אינטערעסאַנט צו באַמערקן וואָס כאָטש דער פֿילם זעט אויס און קלינגט ווי אַ פּירסום־פֿילם וועגן דער שטאָט לעמבעריק האָט מען זיך שוין אַ ביסל געדאַרפֿט אויסקענען אויף דער שטאָט, כּדי צו פֿאַרשטיין דעם קאָמענטאַטאָרס רמזים…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.