יענע וואָך האָב איך זיך באַטייליקט אין אַ פֿאָלקלאָר־קאָנפֿערענץ וואָס האָט צונויפֿגעבראַכט פֿאָלקלאָריסטן פֿון דער גאַנצער וועלט.
אַ גרופּע פֿון דרײַ ליטווינער, וועלכע האָבן גערעדט אויף דער טעמע — דער ייִד אין ליטווישן פֿאָלקלאָר — האָבן בײַ מיר געבעטן, איך זאָל אויף זייער סעסיע רעדן וועגן דעם ליטווינער אין ייִדישן פֿאָלקלאָר. האָב איך געלייענט זכרונות, יזכּור־ביכער און זאַמלונגען. עמנואל אָלשוואַנגערס באַקאַנטע וויצן־זאַמלונג „רויטע פּאָמעראַנצן‟, למשל, האָב איך געניצט, ווײַל ער האָט פֿאַרשריבן די מאַטעריאַלן פֿון דער ייִדישער קהילה אין דרום־אַפֿריקע, און די דאָזיקע קהילה באַשטייט פֿון ליטוואַקעס. איך האָב זיך אויך באַניצט מיטן פֿאָלקלאָריסט אַ. ליטווינס „ייִדישע נשמות‟, ווײַל דער ערשטער באַנד פֿאַרנעמט זיך בלויז מיט ליטע.
נאָך אַ ביסל פֿאָרשונג, האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז וואָס שייך פֿאָלקלאָר, קען מען אין די ייִדישע מקורים געפֿינען מאַטעריאַלן וועגן צוויי גאַנץ פֿאַרשיידענע מינים נישט־ייִדן אין דער ליטע. דעם פּויער, וואָס ווערט אָנגערופֿן פּשוט „גוי‟, האָט מען באַשריבן ווי אַ נאַר, אַ לא־יוצלח. אַ סך וויצן וועגן אים קומען פֿאָר אין מאַרק, וווּ דער ייִד און גוי האָבן געהאַט דעם נאָענסטן קאָנטאַקט, און געוויינטלעך נאַרט אויס דער ייִד עפּעס פֿונעם פּויער. די איראָנישע קללה — „דער גוי זאָל האָבן צו טאָן מיט ייִדן‟ געפֿינט מען אויך בײַ אָלשוואַנגערן.
אַחוץ פֿאָלקלאָר וועגן דעם אָרעמען, שלימזלדיקן פּויער אָבער, געפֿינט מען לעגענדעס וועגן די האַרן איבער די ייִדן אין ליטע און פּוילן — די פּריצים. די פּריצים האָבן ליב געהאַט אַרומצופֿאָרן אין אַ קאָטש אָנצוקוקן זייער גוט, זייער שטעטל, זייערע ייִדן. דערפֿאַר הייבן אָן אַ סך דערציילונגען וועגן זיי אין אַ קאַרעטע. די ייִדישע לעגענדעס וואָס מע שוועבט אַרום זיי שפּיגלען אָפּ די אומזיכערע פּאָזיציע פֿונעם ייִד אין דער גלותדיקער געזעלשאַפֿט. אַ מאָל האָבן די לעגענדעס אַ פֿריילעכן סוף, אָבער געוויינטלעך נישט.
אין זײַנע זכרונות „פֿון וואָלאָזשין ביז ירושלים‟ (1933) שרײַבט הרבֿ מאיר בערלין וועגן דעם גרינדער פֿון דער וואָלאָזשינער ישיבֿה, רבי חיים וואָלאָזשינער — „וועגן רב חיימען אַליין זײַנען אויך אומגעגאַנגען פֿאַרשיידענע סיפּורים‟. איינער פֿון די „סיפּורים‟, ווי אַ סך לעגענדעס פֿון העלדן, דערציילט וועגן זײַן נסימדיקן געבורט. אין דעם פֿאַל האָט דער פּריץ געשפּילט אַ ראָלע אינעם „נס‟.
ר’ חיימס טאַטע, אַ זון פֿון אַ שענקער, האָט חתונה געהאַט מיט דער טאָכטער פֿון אַ שענקער. זי האָט געשטאַמט פֿונעם שטעטל פּיעסק. „דאָס פּאָרפֿאָלק האָט אָבער ניט גוט געלעבט און זיי זײַנען זיך פֿונאַנדערגעפֿאָרן. דער מאַן אין וואָלאָזשין — צו זײַנע עלטערן, און דאָס יונגע ווײַבל אין פּיעסק — צו אירע עלטערן‟. ביידע שענקען, סײַ דער שענק פֿון די וואָלאָזשינער, סײַ דער שענק אין פּיעסק, זענען געווען אין פּאַכט בײַם גראַף טישקעוויץ. אַזוי ווי דער פּריץ פֿלעג אַרומפֿאָרן און באַזוכן „זײַנע‟ שענקען, האָט ער געזען ווי אַ יונגער־מאַן גייט אַרום באַזאָרגט, האָט דער פּריץ זיך נאָכגעפֿרעגט פֿאַרוואָס, און מע האָט אים דערציילט. האָט דער גראַף „געפּסקנט‟, אַז דאָס פּאָרל זאָל ווידער וווינען אין איינעם. פֿון זיי זענען אַרויס פֿינעף קינדער גאונים. ר׳ חיים און זײַן ברודער, רבי זעלמעלע, זענען געווען תּלמידים בײַם ווילנער גאון און געוואָרן די גרעסטע תּלמידי־חכמים.
אינעם יזכּור־בוך פֿונעם שטעטל ראַקאָשיק, דערציילט מען עטלעכע לעגענדעס וועגן דעם רשע, גראַף פּשעזדעצקי. איין מאָל, בשעת ער איז געפֿאָרן איבער די ייִדישע גאַסן האָט אַ ייִנגל נישט־ווילנדיק אַרײַנוואָרפֿן אַ שטיינדל אינעם פּריצישן קאָטש. דער גראַץ האָט זיך אָפּגעשטעלט און געבעטן, מע זאָל אים פֿירן צום ייִנגלס טאַטע־מאַמע. דאָרטן האָט ער זיי געבעטן, אַז ווען דאָס ייִנגל האָט חתונה זאָל מען אים פֿאַרבעטן. דער טאַטע האָט באַדאַנקט דעם גראַף פֿאַר זײַן חסד.
יאָרן שפּעטער האָט מען אים טאַקע פֿאַרבעטן אויף דער חתונה. איז ער אָנגעקומען מיט זײַנע לײַבוועכטער, אַרומגערינגלט די חופּה און פֿאַרברענט חתן־כּלה. מע דערציילט, אַז די ייִדן פֿון שטעטל האָבן צוליב דעם פֿאַרלאָזט דאָס אָרט, און אויפֿגעבויט דאָס שטעטל פֿון ס’נײַ מיט אַ קילאָמעטער ווײַטער.
דורות לאַנג האָט די אַריסטאָקראַטישע משפּחה ראַדזיוויל געהערשט איבער אַ ברייטן שטח אין פּוילן־ליטע. איינעם פֿון די פּריצים האָט מען גערופֿן „פּאַניע קאָכאַנקו‟. די לעגענדעס וועגן אים דריקן אויס סײַ זײַן רישעות, סײַ זײַן ווילדן, ממש משוגענעם כאַראַקטער. למשל, פֿאָרנדיק אין זײַן קאָטש האָט ער צוגערופֿן אַ ייִד, און אים געפֿרעגט, צי ער קען קוקויען ווי אַ קוקאַווקע. נו, דער ייִד, אַן איבערגעשראָקענער, האָט אָנגעהויבן צו קוקויען. דער פּריץ האָט אים באַפֿוילן אַרויפֿצוקריכן אויף אַ בוים און נאָכמאַכן די קוקאַווקע. האָט ער אַזוי געטאָן. האָט פּאַניע קאָכאַנקו אַרויסגענומען זײַן ביקס און אים דערשאָסן. שפּעטער האָט ער זיך באַרימט — „הײַנט האָב איך דערשאָסן אַ קוקאָווייקע!‟
אַן אַנדערט מאָל איז ער אַרײַן מיט אַ קאַמפּאַניע אין אַ שיל און געבעטן, אַז דער רבֿ, רב יענקעלע, זאָל צוקומען און אים ווײַזן דעם אָרון קודש. איז דער רבֿ געקומען און דער פּריץ האָט אים געהייסן אַרויסנעמען אַ ספֿר־תּורה. האָט ער אַזוי געטאָן. מיט אַ מאָל האָט דער פּריץ אַרויסגענומען זײַן ביקס און געשאָסן אויף דער רייניקייט, אָבער דער רבֿ איז געשפּרונגען פֿאָרויס און דער קויל האָט אים געטראָפֿן, נישט דעם ספֿר־תּורה. דער רבֿ איז צום גליק נישט געשטאָרבן, און ווען פּאַניע קאָכאַנקו איז ניכטער געוואָרן, האָט ער באַצאָלט, מע זאָל היילן דעם רבֿ און האָט די משפּחה גליקלעך געמאַכט.
מע וואָלט געדאַרפֿט צונויפֿנעמען די אַלע לעגענדעס וועגן די פּריצים און ייִדן אין איין זאַמלונג. די מעשׂיות ברענגען אַרויס די ציטערדיקע באַציִנונגען פֿון דער ייִדישער קהילה אין מיזרח־אייראָפּע במשך פֿון הונדערטער יאָרן, און פֿאַרן ייִדישן פֿאָלקלאָר וואָלט דאָס געווען אַ וויכטיקער צושטײַער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.