איינע פֿון די בעסטע ליטעראַרישע ביאָגראַפֿיעס וועגן אַ ייִדישן פּאָעט, אויב ניט די סאַמע שטאַרקסטע, איז ד״ר אפֿרת גל־עדס מאָנאָגראַפֿיע איבער דעם לעבן און שאַפֿן פֿון איציק מאַנגער.
דאָס בוך, וואָס האָט לעצטנס באַקומען גלענצענדיקע רעצענזיעס אין דער דײַטשישער פּרעסע, ווי אויך אינעם „פֿאָרווערטס‟, ווײַזט דעם לעבנסוועג פֿונעם באַליבטן ייִדישן פּאָעט אין דער זעלביקער צײַט, וואָס עס אַנאַליזירט ווי אַזוי ער האָט געווירקט אויף דעם פּאָעטס לידער.
דאָס בוך, Niemandssprache: Itzik Manger – ein europaischer Dichter, האָט ניט בלויז געגעבן די פֿאָרשער אַ בעסערן פֿאַרשטאַנד פֿון איציק מאַנגער, נאָר אויך געהאָלפֿן פּאָפּולאַריזירן זײַנע ווערק צווישן די לייענער פֿון דײַטש. ווי אַן אָנערקענונג פֿון איר אַרבעט און איר בײַטראָג צו דער דײַטשישער ליטעראַטור, האָט דער דײַטשישער שטאַט בײַערן איר לעצטנס געגעבן אַ מלוכישע פּרעמיע אויפֿן נאָמען פֿון רײַנער מאַלקאָווסקי, וואָס נעמט אַרײַן אַ סטיפּענדיע אויף 10,000€. די „בײַערישע קונסט־אַקאַדעמיע‟ האָפֿט, אַז ד׳׳ר גל־עד וועט אויסנוצן דאָס געלט, כּדי איבערצוזעצן נאָך ייִדישע לידער אויף דײַטש.
די פּרעמיע און סטיפּענדיע זענען דער רעזולטאַט פֿון אַ לאַנגער פֿאָרש־פּראָצעס וואָס ד״ר גל־עד האָט אָנגעהויבן מיט יאָרן צוריק. אין 2012 איז זי געקומען קיין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס צו באַזוכן דעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟, וווּ איך האָב דעמאָלט געאַרבעט, כּדי צו הערן זעלטענע רעקאָרדירונגען פֿון אינטערוויוען מיט איציק מאַנגערן, וואָס מע האָט שוין געהאַט דיגיטאַליזירט אָבער וואָס זענען דעמאָלט נאָך ניט געווען צוטריטלעך דורך דער אינטערנעץ. ווי דער דעמאָלטיקער דירעקטאָר פֿון דער דיגיטאַליזאַציע־פּראָגראַם בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟, האָב איך זיך געטראָפֿן מיט איר און איך בין געווען שטאַרק אימפּאָנירט מיט די פֿריִערדיקע אָפּשאַצן פֿון איר קענטעניש פֿון מאַנגערס לעבן און ווערק און איר ליבשאַפֿט צו זײַנע לידער.
כאָטש איך קען ניט געהעריק אָפּשאַצן אירע איבערזעצונגען, קען איך יאָ באַמערקן אַז דאָס בוך אַליין איז געווען ווערט אַזאַ חשובֿע פּרעמיע, וואָס עס קומט זעלטן אַן אַקאַדעמישע ווערק. ספּעציעל מערקווערדיק זענען די זעלטענע ביאָגראַפֿישע פּרטים וועגן מאַנגערס לעבן וואָס ד״ר גל־עד האָט אַנטדעקט און דעם גאָר אינטערעסאַנטן פֿאָרמאַט פֿונעם בוך, וואָס מע קען לייענען סײַ כראָנאָלאָגיש, סײַ ווי אַ מין גמרא, לייענענדיק אַ זײַטל באַנאַנד מיט פֿאַרשידענע פּירושים וואָס געפֿינען זיך אויפֿן ראַנד פֿון דער זײַט.
לאָמיר האָפֿן, אַז ד׳׳ר גל־עדס מײַסטער־אַרבעט וועט אַמאָל איבערגעזעצט ווערן אויף ענגליש, אַז דער ברייטער עולם זאָל קענען געניסן דערפֿון.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.