ס׳איז גוט באַקאַנט אַז אין ייִוואָ געפֿינט מען אַ שפֿע מיט ביכער, צײַטשריפֿטן, דאָקומענטן, בילדער, רעקאָרדירונגען, און אַ סך אַנדערע מאַטעריאַלן פֿון פֿאַרשידענע טעמעס: ספֿרים, מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור, אָרגאַניזאַציאָנעלע דאָקומענטן, פּערזענלעכע קאָרעספּאָנדענצן און נאָך.
אָבער ווי אַזוי קומט מען צו צו די אוצרות? ווי אַזוי דערגרייכט מען די ווײַטע ווינקלען פֿון דער ייִוואָ־ביבליאָטעק און ־אַרכיוון?
פֿרײַטיק, דעם 11טן נאָוועמבער, וועלן פֿרומע מאָהרער, די הויפּט־אַרכיוויסטקע פֿון ייִוואָ, און ליודמילאַ שאָלאָכאָוואַ, די דירעקטאָרין פֿון די ייִוואָ־אַרכיוון און ־ביבליאָטעק, אָנפֿירן מיט אַ פּראַקטישן סעמינאַר ווי אַזוי סטודענטן און אַנדערע פֿאַראינטערעסירטע קענען געפֿינען און אויסניצן מאַטעריאַלן פֿאַר זייער פּראָפֿעסיאָנעלער אָדער פּערזענלעכער פֿאָרשאַרבעט.
דער סעמינאַר װעט דורכגעפֿירט װערן אױף ייִדיש.
די סטודענטן פֿון סעמינאַר וועלן האָבן אַ געלעגנהייט אָנצוקוקן, האַלטן און לייענען פֿאַרשידענע מאַטעריאַלן פֿון דער ייִוואָ־ביבליאָטעק און ־אַרכיוון אין שײַכות מיט דער טעמע, די ייִדישע קהילה אין וואַרשע.
די לערער וועלן גיבן צו פֿאַרשטיין ווי אַזוי מע קען געפֿינען די מאַטעריאַלן, און די סטודענטן וועלן האָבן אַ געלעגנהייט זיך נאָכצופֿרעגן וועגן פֿאָרשן בײַם ייִוואָ בכלל, אַרײַנגערעכנט ספּעציפֿישע פֿראַגעס וועגן זייערע אייגענע פֿאָרש־אינטערעסן.
די סטודענטן אינעם קורס וועלן אויך דאַרפֿן זיך אונטערנעמען אַ באַשיידענעם פֿאָרשפּראָיעקט בײַ דער ייִוואָ־ביבליאָטעק און ־אַרכיוון, און אויף דער צווייטער סעסיע פֿאָרשטעלן דעם אינהאַלט פֿון די מאַטעריאַלן וואָס זיי האָבן אַנטדעקט, און באַשרײַבן ווי אַזוי זיי האָבן זיי געפֿונען.
דער סעמינאַר איז ממשיך די ייִוואָ־טראַדיציע אויסצושולן ווײַטהאַלטערס אין ייִדישע לימודים, אינעם גערעם פֿונעם מאַקס ווײַנרײַך־צענטער פֿאַר אַוואַנסירטע ייִדישע שטודיעס. אַחוץ צושטעלן פֿאָרשסובווענצן פֿאַר וויסנשאַפֿטלערס און פֿאַרשידענע קורסן — סײַ אָנלײַן סײַ אינעם קלאַסצימער — פֿאַרן ברייטן עולם, האַלט דער צענטער איצט אין פֿאַרגרעסערן די צאָל פּראָגראַמען פֿאַר גראַדויִר־סטודענטן.
אין ס׳רובֿ אוניווערסיטעטן שפּילט דאָס פֿעלד פֿון ייִדיש־לימודים נישט קיין צענטראַלע ראָלע, האָפֿט מען אַז די פּראָגראַמען וועלן אויספֿילן די בלויזן. דערצו וויל מען האַלטן די פּראָגראַמען לויט ייִוואָס היסטאָרישן צוגאַנג, אויף ייִדיש, כּדי דער וויסנשאַפֿטלער זאָל גוט פֿאַרשטיין דאָס לשון און דערבײַ זיך טיפֿער באַקענען מיט דער ייִדישער ליטעראַטור און געשיכטע.
מע מוז זיך רעגיסטרירן אויף דעם סעמינאַר. שטעלט זיך אין קאָנטאַקט מיט ברוכה לאַנג: bcaplan7@jhu.edu
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.