די שוועדישע רעגירונג האָט מאָנטיק אָפֿיציעל געמאָלדן, אַז ראַוּל וואַלענבערג, דער שוועדישער דיפּלאָמאַט וואָס האָט געראַטעוועט טויזנטער אונגערישע ייִדן פֿון די נאַציסטישע גאַזקאַמערן, איז איצט פֿאַררעכנט פֿאַר טויט.
די שוועדישע שטײַער־אינסטאַנץ, וואָס רעגיסטרירט די געבורטן און טויטפֿאַלן אין שוועדן, האָט מאָנטיק באַשטעטיקט פֿאַר דער „איי־פּי‟, אַז דער נאמן פֿון וואַלענבערגס נחלה האָט זיך געהאַט געוואָנדן צו דער אינסטאַנץ, סוף־כּל־סוף, צו דערקלערן וואַלענבערג פֿאַר געשטאָרבן.
מע האָט אויסגעקליבן די דאַטע פֿונעם 31סטן יולי 1952, צוליב אַ שוועדישן געזעץ וואָס פֿאָדערט, אַז אַ מענטש וועלכער איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, און מע האַלט אַז ער לעבט נישט מער, דאַרף פֿינף יאָר נאָך זײַן נעלם ווערן דערקלערט ווערן פֿאַר טויט, האָט די „איי־פּי‟ דערקלערט.
לויט די לעצטנס אַנטדעקטע טאָגביכער פֿון איוואַן סעראָוו, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט דער „קאַ־גע־בע‟ [די סאָוועטישע אויסשפּיר־דינסט] פֿון 1954 ביז 1958, האָט מען וואַלענבערג אומגעבראַכט אין אַ סאָוועטישער תּפֿיסה אין 1947. די טאָגביכער, וואָס זענען פּובליקירט געוואָרן אין אויגוסט, פֿאַררופֿן זיך אויף געוויסע ביז איצט אומבאַקאַנטע דאָקומענטן, וווּ עס שטייט געשריבן, אַז מע האָט קרעמירט זײַן קערפּער.
וואַלענבערג האָט בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה געדינט אין נאַצי־אָקופּירטן אונגערן, און האָט אין די לעצטע חדשים פֿונעם חורבן באַוויזן אויסצוטיילן ראַטיר־פּאַספּאָרטן פֿאַר 20,000 אונגערישע ייִדן. אין 1945 איז ער נעלם געוואָרן נאָך דעם ווי אַ גרופּע סאָוועטישע אָפֿיצירן האָט אים צוגענומען. די סאָוועטן האָבן שפּעטער געמאָלדן, אַז ער איז געשטאָרבן אין תּפֿיסה פֿון אַ האַרץ־אַטאַק.
אין 1979 האָבן וואַלענבערגס טאַטע־מאַמע זיך ביידע גענומען דאָס לעבן, פֿאַרייִאושט איבער זײַן פֿאַרשוווּנדן ווערן, און אין נאָוועמבער 2015 האָבן זײַנע פֿאַרבליבענע קרובֿים געבעטן בײַ די שוועדישע אינסטאַנצן אים, סוף־כּל־סוף, צו באַצייכענען פֿאַר אַ געשטאָרבענעם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.