//www.vaybertaytsh.com/episodes/2016/11/1/-3-
יעדער נײַער קאַפּיטל פֿון „ווײַבערטײַטש”, סאָסיע פֿאָקס׳ פֿעמיניסטישער פּאָדקאַסט אויף ייִדיש, הייבט זיך אָן מיט אַ ליד אָדער רעדע אויף ענגליש, וואָס האָט אַ שײַכות צום פֿעמיניזם. אינעם הײַנטיקן קאַפּיטל הערט מען אַן אומבאַקאַנט קול פֿון אַ יונגער פֿרוי, וואָס רעדט וועגן דער באַציִונג צווישן די וועלטן פֿון פּאָליטיק און אַקטיוויזם. ווי פֿאָקס דערקלערט, אויף ייִדיש, געהערט די שטימע צו אַ יונגער הילערי קלינטאָן, וואָס האַלט אַ רעדע בעת איר גראַדויִרונג פֿון אוניווערסיטעט צו 21 יאָר. דאָס זייער אָפּטימיסטיש און יונג קול פֿונעם מיידל קלינגט, דרך־אַגבֿ, אין גאַנצן ניט ענלעך צום הײַנטיקן פּאָליטיקערין, וואָס וועט אפֿשר ווערן די ערשטע פֿרוי צו דינען ווי די אַמעריקאַנער פּרעזידענטקע.
פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק איז די פּראָגראַם אַריבער אויף גאָר אַן אַנדער טעמע: דער מצבֿ פֿון די אַפֿריקאַנער פּליטים אין ירושלים. נחמה (נאַטאַליע) העקער, אַן אַמעריקאַנערין וואָס וווינט שוין פֿינף יאָר אין ישׂראל, דערציילט וועגן איר אַרבעט מיט די פּליטים אינעם עיר־הקודש און איר וועג צו ייִדיש. ס׳רובֿ פּליטים מיט וועלכע זי אַרבעט קומען פֿון עריטרעאַ אָבער זי אַרבעט אויך מיט מענטשן פֿון עטיאָפּיע און סודאַן.
העקער דערציילט וועגן דעם געפֿערלעכן וועג, דורך וועלכן עס גייען די פּליטים פֿון עריטרעאַ, ממש צו פֿוס, דורכן מידבר סיני, כּדי ניט צו דינען אין מיליטער און ניט צו שמאַכטן אונטער דער דיקטאַטור פֿונעם דעספּאָט אײַזאַיִס אַפֿווערקי, וואָס הערשט דאָרט שוין 23 יאָר. העקער דערקלערט, אַז די ישׂראלדיקע רעגירונג אָנערקענט בכלל ניט, אַז זיי זענען פּליטים און רופֿט זיי אָן „אַרײַנדרינגלער”, ווי זיי וואָלטן געווען סתּם אומלעגאַלע אימיגראַנטן. צוליב דעם וואָס זיי ווערן ניט אָנערקענט ווי פּליטים, קענען זיי אויך ניט פֿאַרלאָזן ישׂראל זיך צו באַזעצן אין אַנדערע לענדער ווי דײַטשלאַנד אָדער קאַנאַדע, וואָס וואָלטן זיי אָנגענומען און אָנערקענט ווי פּליטים. אַזוי ווי אַ סך פּראָבלעמען אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט דערקלערט העקער, איז דאָ אַ גרויסע דעבאַטע וועגן דעם, וואָס מע זאָל טאָן מיט די אַפֿריקאַנער אין ישׂראל.
אַחוץ דעם אינטערוויו מיט נאַטאַליע העקער דערקלערט סאָסיע פֿוקס וועגן אַ נײַער רובריק פֿונעם פּאָדקאַסט. דזשעסיקע (ציפּע) אַנגעלסאָן, אַ ייִדיש־רעדנדיקע אַקושערין וואָס האָט פּראַקטיק בײַם אַרבעטן מיט פֿרויען איבער דער וועלט, אַרײַנגערעכנט חסידישע פֿרויען, וועט ענטפֿערן אויף פֿראַגעס פֿון לייענער איבער סעקס, פֿרויען־געזונט, געבורט־קאָנטראָל־ברירות און ענלעכע ענינים. די וואָס ווילן באַקומען ענטפֿערס אויף זייערע שאלות (פֿאַרשטייט זיך, אַנאָנים), קענען זיי אַרײַנשיקן אויפֿן אַדרעס //www.vaybertaytsh.com/blog/2016/10/28/-ask-the-midwife.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.